דאנערשטאג פ' במדבר • כ"ט אייר תשפ"ד | בחצרות הקודש
די וואך מאנטאג איז א חשובע דעלעגאציע פון די רבני סטעטן איילענד ארויפגעקומען אויף א באזוך בבית נאווה קודש פון כ”ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אין בעפארברייטונג צום גרויסארטיגער מגבית "לטהרינו" וואס קומט פאר היינטיגן דאנערשטאג ביינאכט אין די זאלן פון קאנטינענטאל אויפצוטרייבן ריזיגע סכומים צו קענען פארענדיגן די בוי ארבעט ביים שטאטישער מקווה טהרה וואס ווערט יעצט געבויט לטהרן של ישראל.
דער שטאט סטעטן איילענד וואס איז היינט ב"ה א בליענדן היימישע ישוב מיט קרוב צו טויזנט היימישע חסידישע משפחות אין איבער צען בתי מדרשים, צוליב די ריבוי הציבור בלי עין הרע איז די שטאטישע מקוה טהרה שוין אויסגעוואקסן איר געברויך און קען שוין נישט נאכקומען די פארלאנד, דעראיבער זענען א צאל טעטיגע עסקנים אריינגעשפרינגען אין דעם פראיעקט אויפצובויען א נייע פראכטפולע מקווה טהרה. מיטן הילף פון די תושבי העיר איז שוין אויפגעטריבן געווארן פאנטאסטישער סכומים אבער אצינד צו ענדיגן דעם בוי פראיעקט זענען תושבי סטעטן איילענד אנגעוויזן אויף הילף און שטיצע פון כלל ישראל.
ביים באזוך זענען געוועהן אנוועזנד הגה"צ ר' צבי פאלאק אב"ד גראסווארדיין ובנו הרה"ג ר' חיים יהודה ראש הכולל גראסווארדיין, הרה"ג ר' אשר זעליג מיללער אב"ד ערבי נחל, הרה"ג ר' אורי קלוגהאפט אב"ד מאור ישראל, אין נאך רבנים ואנשי שם. עס איז ארומגעשמועסט געווארן איבער די חשיבת פון מרבה זיין טהרה בישראל אין ווי די רבי שליט"א האט פארציילט וואס ער האט געהערט פון זיין פעטער הרה"ק מסאטמאר זי"ע אז דאס גאנצע פראבלעם נאכן מלחמה אין אמעריקע געוועהן נעמליך אז עס זענען געבויט געווארן שוהלן אין בתי עלמין אבער נישט קיין מקוואות, די רבי האט ווארעם אנגעוואוטשן די עסקנים העוסקים במלאכת הקודש צו קענען גומר זיין די הייליגע פראיעקט אין מאציל געוועהן במרכת קדשו פאר אלע נדיבי העם וואס וועלן נעמען א חלק.
Comments