top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרית יואל • הכנות צום פייערליכע "סעודת הודאה" אין סקולענער הויף דעם מוצש"ק נחמו

דינסטאג פ' ואתחנן - ז' אב תשפ"ג | קול בחצרות


מיט ערווארטונג און התרגשות גרייטן זיך אלופי אלפי ישראל, חסידים ואנשי מעשה, פון איבער גרעיטאר ניו יארק, ותושבי קרית יואל בפרט צום געהויבענעם סקולענער שבת נחמו נאכגעפאלגט מיט דעם גראנדיעזן מעמד סעודת הודאה בחצרות בית סקולען, וואס וועט געפּראוועט ווערן בשיר וקול תודה והמון חוגג, דעם קומעדיגן מוצש"ק נחמו הבעל"ט, אינעם גרויסן אודאטוריום זאל אינען בנין הבית רחל בעיר קרית יואל, בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל בראשות כ"ק האדמורי"ם שליט"א לבית סקולען.


שוין לאנגע יארן, וואס דער דאטום פון מוצש"ק נחמו איז פארוואנדלט געווארן אלס א פאקטישער "יום טוב", א זמן שמחה והודאה, ווען עס קומען זיך צונויף טויזנטער אידן, צו לויבן און דאנקן השי"ת בשיר ושבחה אויף דעם געוואלדיגן נס הצלה פון די צדיקי בית סקולען הרה"ק בעל נועם אליעזר זי"ע, ובנו הרה"ק בעל מאור ישראל זי"ע, וועלכע זענען אין דעם זמן, מיט 63 יאר צוריק, ניצול געווארן פון די גרויזאמע קאמוניסט'ישע טורמעס, מאפילה לאור גדול ומשעבוד לגאולה, להחיות עם רב מיד ולדורות. פון דעמאלט ביז היינט, אין פארלויף פון די צענדליגער יארן, איז דער דאטום פון מוצאי שבת נחמו פארבליבן יאר יערליך א זמן פון הודאה און פון שבח. חסידים פרייען זיך מיט, און פראווען דעם נס הצלה ברוב פאר והדר, ווען מ'דאנקט השי"ת פאר זיינע גרויסע נסים וחסדים אינאיינעם מיט די געווייקטע הייליגע סקולענער ניגונים וועלכע הייבן אויף די געמיטער און פלאמען אויף די הערצער.


ווי אין די פארלאפענער יאהרן וועט דער היי יאריגער סעודת הודאה געפראוועט ווערן ברוב עם הדרת מלך, דעם קומענדיגן מוצש"ק נחמו, אינעם זאל פון "בית רחל אודיטאריום", אין קרית יואל. מטעם די געטרייע עסקנים לבית סקולען ווערט איבערגעגעבן אז עס וועט בעז"ה איינגעשטעלט אלע נויטיגע באקוועמליכקייטן און איינריכטונגען צו אקאמאדירן דעם ריזיגן ציבור פון איבער גאנץ גרעיטער ניו יארק וואס וועט קומען צו פארן אנטיילנעמען אין דעם מעמד. באזונדער וועט דער גרויסער זאל ווערן איינגעריכט מיט אלע פאסיגע צוגרייטונגען, ס'זאל זיין צוגענגליך און געניט אויסגעשטעלט מיט טויזנטער זיצן און שטיי–פלעצער. אין צו פארלייכטערן די טראנספארטאציע פאר די טויזנטער משתתפים איז אראנזשירט געווארן ספעציעלע באסעס וועלכע וועלן קורסירן פון אלע אידישע צענטערן ווי וויליאמסבורג, בארא פּארק, מאנסי און די קעטסקילס.


מיט א באזונדערע ערווארטונג גרייטן זיך די עסקנים צו אנטפאנגען די פילצאליגע געסט פון אומעטום, וועלכע קומען צופארן אויף שב"ק נחמו, מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם און הייליגן שבת בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א, וועלכער וויילט אצינד אויף אפרוה אין דער שטאט קרית יואל און וועט פראווען דעם שב"ק אין די זאלן פון "בית רחל פאראדייס", בחדוה רבה ועונג עילאה.

Comentarios


bottom of page