top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מרחמיסטריווקא באזוכט בהיכלו פונעם פוסק הדור ראב''ד ירושלים

מיטוואך פ' שלח - כ"ה סיון תשפ"ג | קול בחצרות


היינט אויפדערנאכט איז כ"ק אדמו"ר מראחמסטריווקא שליט"א אנגעקומען צו די הר נוף געגענט אין ירושלים, ווי די רבי שליט"א האט אפגעשטאט א באזוך במעון הקודש פון כ"ק מרן ראב"ד ירושלים שליט"א אין דערביי איינגעלאדענט דעם ראש בית דין צום גרויסן מעמד 'אדירי התורה' וואס איז פארגעקומען אין די הר נוף געגינט לכבודם פון קרוב צו הונדערט יונגעלייט חסידי ראחמסטריווקא פון איבער גאנץ ארץ ישראל וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף ד' חלקי שולחן ערוך אין אלע מקצועות ההלכה בעל פה.


פון דארט איז די רבי אנגעקומען צו די 'נווה ירושלים' זאל ווי די רבי האט באשיינט די מעמד אדירי התורה, די רבי שליט"א האט משמיע געווען לענגערע דברות קודש ארויסברענגנדיג רגשי לבבו פון דעם געוואלדיגן ערייכונג אין שמחת התורה, דערנאך האט די רבי פארטיילט תעודות פאר די חשובע יונגעלייט און מאציל געווען מברכות קדשו, ביים מעמד איז אויך געהערט געווארן דורך א לייוו אקאפ דברי ברכה פון כ"ק מרן ראב"ד ירושלים שליט"א וועלכע האט זיך נישט געקענט פערזענדליך משתתף זיין ביים מעמד צוליב א שוואכקייט.




Comments


bottom of page