top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פארכטיגע שעה'ן פון זעקת התורה ביי אסיפת גדולי התורה וראשי ישיבות אין בני ברק קעגן גזירה איומה פון גיוס בני הישיבות

  • Bechatzros admin
  • 5 באוג׳
  • זמן קריאה 3 דקות

עודכן: 5 באוג׳

דינסטאג פ' ואתחנן • י''א אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

אין א פרישע היסטארישע רינגעלע אין קייט פונעם זעקת יהדות החרדית קעגן די גזירה איומה פון "גיוס בני הישיבות" איז דעם דאנערשטאג נאכמיטאג אפגעהאלטן געווארן א זעלטענע אסיפה אדירה פון גדולי ישראל, מרנן ורבנן גדולי המנהיגים וראשי ישיבות פון די ליטווישע און ספרד'ישע קרייזן, וואס האבן זיך אינאיינעם צאמגענומען און אויסגעשריגן דעם הייליגן וויי געשריי און גרייטקייט פאר מסירת נפש לביטול רוע הגזירה.


עס האבן דערביי זיך אויך משתתף געווען א גרויסע גאלאריע פון גדולי ראשי הישיבות פון די חסיד'ישע קרייזן, צווישן זיי איז ערשינען דער ראש ישיבה הגאון רבי שאול אלתר שליט"א וועלכער איז ספעציעל פארבעטן געווארן דורכן ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א זיך משתתף צו זיין ביי די אסיפה.


בנוסף האבן זיך אנגעזעהן הרה"צ ר' יעקב יוסף טווערסקי שליט"א בשליחות אביו כ''ק האדמו''ר מסקווירא שליט''א, הגה"צ ראש ישיבת טשעבין שליט"א, הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ, הגאון רבי משה חיים דנדרוביץ ראש ישיבת שפת אמת גור, כ"ק אדמו"ר משבט הלוי שליט"א, הגה"צ רבי יוסף משה דוב הלברשטאם ראש ישיבות צאנז, הרה"ג ר' יוקל ווייס שליט"א ראש ישיבת ישועות משה וויזניץ, ראשי ישיבות בעלזא, קארלין, ערלוי, מחנובקא בעלזא, דאראג, סלאנים, ביאלא, באבוב, פינסק קרלין, פיטסבורג, זוועהיל, מודזיץ, עמלה של תורה, חיי משה, סאדיגורה, עיון התורה, אלכסנדר און נאך.


דער כינוס איז געעפנט געואורן דורך אמירת תהילים פארגעזאגט דורך הגאון רבי יהודה כהן שליט"א חבר מועצת חכמי התורה, און דערנאך האט מען געהערט די דברי פתיחה דורך הרב חיים אהרן קויפמאן שליט"א יו"ר וועד הישיבות וועלכער האט ארויסגעברענגט די מטרה פון די אסיפה אז יעדער ראש ישיבה און מגיד שיעור זאל שטיין פעלזן פעסט כאיתן החלמיש און זיין עומד על המשמר אז זיינע תלמידים קומען ח"ו נישט אן צום טריפה'נעם מיליטער.


דברים חוצבים איז געהערט געווארן דורכ'ן ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף שליט"א, נשיא מועצת חכמי התורה, וועלכער האט ארויסגעהויבן בשבחם פון די שלוחי דרבנן וואס זענען זיך מוסר נפש פאר די טויזנטער בני הישיבות, און אפעלירט צו אלע בני הישיבות זיך מחזק זיין בימי בין הזמנים בלימוד התורה, ווייל נאר בכח התורה וועט מען באזיגן אלע גזירות רעות.


א טאפנדע יראת הכבוד האט זיך אראפגעלאזט אין זאל ביים משא המעמד דורך הגאון האדיר ר' דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקא מגדולי מנהיגי עולם התורה, וועלכער האט קלארגעשטעלט די אומבויגזאמע שטעלונג פון די גדולי ישראל ראשי הישיבות, וואס זיי זענען טאג-און-נאכט פארנומען לוחם צו זיין קעגן די שונאי התורה, אז די לומדי תורה זאלן קענען לערנען במנוחה, און זיי פירן די מלחמה אויפ'ן ריינעם דרך המסורה מרבותינו ווי אזוי ס'זאל צוגיין די דרכי הפעולה קעגן די רעגירונג, און אויב וועט מען זיך וואגן צו טשעפען די בני הישיבות וועט מען מרעיש זיין עולם ומלואה מיט אלע כוחות, און די רעגירונג וועט זיך טרעפן קעגן א פשרה'לאזע יהדות החרדית וואס וועט לוחם זיין עד הסוף.


דערנאך האט מען זוכה געווען צו הערן די דברים חוצבים להבות אש דורך הגאון הגדול רבי משה הלל הירש שליט"א וועלכער האט אויסגעשריגן אז "מ'וועט זיך שטעלן דערויף מיט אלע כוחות אז יעדער בחור וועט בלייבן לערנען, און קיינער וועט נישט אנקומען אין מיליטער!"


דערנאך האט מען געהערט די זעקת התורה דורך דעם זקן ראשי הישיבות הגאון הגדול רבי מאיר צבי בערגמאן שליט"א, וועלכער האט אנגעוויזן אז דוקא אין אזא שווערע צייט ווען די רעגירונג האט אויפגעהויבן א האק איבער די קעפ פון צענדליגער טויזנטער לומדי תורה בטהרה, דארף מען נאך מער מוסיף זיין בלימוד התורה, און נישט פארמינערן.


אויך איז דער ראש ישיבה שארף ארויסגעטרעטן קעגן די וואס זענען משתף פעולה, ס'איז זייער ווייטאגליך צו זען ווי אפילו שומרי תורה זענען מסית ומדיח קעגן לומדי תורה, און מיט דעם מאכן זיי חרוב ארץ ישראל.


דער ראש ישיבה האט אויסגעשריגן מקרב לבו "גיוס איז ממש א גזירת שמד! און מ'מוז זיך מוסר נפש זיין דערויף, יעדער מרביץ תורה און מחנך מוז האמערן און ליארמען קעגן דעם, און מיר דארף זיכער מאכן אז מ'זאל נישט קענען זאגן ידינו לא שפכו את הדם הזה".


דערנאך האט מען געהערט נאך פייערדיגע דרשות דורך די גדולי ראשי הישיבות פון די חסידישע קרייזן הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ און הגה"צ רבי יוסף משה דוב הלברשטאם ראש ישיבות צאנז, און פון די גדולי הרבנים פון די ספרד'ישע קרייזן, הגאון רבי משה מאיה, הגאון רבי שלמה בצלאל, און הגאון ר' אברהם סאלים.


צום שלוס איז אויסגערופן געווארן די החלטת האסיפה, וואס ברענגט ארויס די געמיינזאמע דעת תורה הבהירה פון אלע גדולי ומנהיגי עולם התורה, אז מ'וועט זיך נישט ברעכן, און מ'וועט שטיין פעלזן פעסט נישט צו לאזן די גזירה אויסגעפירט ווערן, און צוגלייך ווערן גערופן די תלמידי הישיבות זיך צו האלטן שטייף, אל תיראו ואת תערצו, מ'זאל ממשיך זיין בעמל התורה, און מיר וועלן שטיין צו ענקער רעכטע זייט בכל הדרך, און יעדע פעולה וועט ווערן געטאן אויסשליסליך נאר לויט די הוראה פון די "וועד הישיבות".

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page