בשבת אחים: האד' מוויזניץ לאנדאן וועט פראווען יו"ט שבועות אין מאנסי בצל אחיו הגדול האד' מוויזניץ מאנסי
- Bechatzros admin
- לפני יום 1
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' במדבר • א' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

דעם קומענדיגן יום טוב שבועות הבעל"ט וועט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ לאנדאן שליט"א זיין צוגאסט אין שטאט מאנסי וואו דער רבי וועט פראווענען דעם יום טוב קבלת התורה בצל אחיו הגדול כ"ק מוויזניץ מאנסי שליט"א.
ווי באקאנט איז דער וויזניצער רבי פון לאנדאן ארויסגעקומען קיין ניו יארק וואו דער רבי וועט פארוויילן אין לויף פון די זוממער לצורכי רפואה און מנוחת הנפש.
די לעצטע צוויי וואכן האט זיך דער רבי אויפגעהאלטן אין קרית וויזניץ קאיימישע אין שטוב פון בנו הגדול הרה"צ ר' מנחם שלמה האגער שליט"א, און אצינד אויף יום טוב שבועות האט די וויזניצער רבי פון מאנסי געלאדענט דעם רבי'ן אויף שבועות קיין מאנסי, וואו ביידע אדמור"ים וועלן אפרעכטן די תפילות און טישן אינאיינעם, במקום שהתפללו בו אבותם, מיט א ברודערליכע אחדות.
מטעם די עסקני חצר הקודש וויזניץ מאנסי ווערט צוגערישט א אכסניא פארן רבי'ן נישט ווייט פון ביהמ"ד הגדול, מיט אלע נויטיגע הצטרכות'ן פארן רבי'ן שליט"א און די מקורבים.