ברית קודש: שמחת הברית בחצרות תולדות אברהם יצחק - בוהוש - מאקאווא
- Bechatzros admin
- 18 ביולי
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' פנחס • כ"א תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
נעכטן מיטוואך צופרי איז דער פאר הדור הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א אנגעקומען לביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א ווי עס איז פארגעקומען די שמחת הברית פון א אור אייניקל ביים רבי'ן, בן הנולד ביי נכדו הרב ישעי בראך, וואס איז אן איידעם ביי הרה"צ ר' משה יהודה פרידמאן שליט"א בנו הגדול פון כ''ק האדמו''ר מבוהוש שליט''א וחתן כ''ק גאב''ד מאקאווא שליט''א.
הרה"צ רבי יעקב מאיר האט געדינט אלס מוהל, מיט סנדקאות איז מכובד געווארן די זיידע כ''ק האדמו''ר מתולדות אברהם יצחק שליט''א, און מיט ברכות און קריאת השם איז מכובד געווארן די זיידע כ''ק האדמו''ר מבוהוש שליט''א וועלכער האט איבערגעגעבן דעם כיבוד פארן מוהל הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א.
נאכן ברית האט דער רב שליט"א ווארעם אנגעוואונטשן דער בעל ברית און די זיידע'ס האדמורי"ם מיט א מאור פנים, וואו האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק האט זיך דערביי מזכיר געוועהן לרפואה ולתשובה שלימה.







תגובות