שיינע מאורעות ביי ביקור כבוד פון האד' מסאטמאר בקרב ק"ק ומוסדות סאטמאר אין שטאט מאנסי
- sfbechatzros
- לפני 18 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: לפני 12 שעות
דאנערשטאג פ' כי תבא • י"ח אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א וועלכע האט זיך אויפגעהאלטן איבער שבת אין קרית יואל, איז דעם זונטאג נאכמיטאג געקומען צו פארן קיין מאנסי צו מפאר זיין ביים מעמד חתימת שטרות ומסיבת לחיים לכבודו פון הרבני הנגיד ר' חיים מרדכי אינזליכט הי"ו וועלכע האט אפגעקויפט די זכות האדיר פון די נייע חתנה זאל "גינת פערל" בתוככי בנין מוסדות סאטמאר מאנסי, די נייע תלמוד תורה פעסטונג אויף סאוט מעדיסאן. דאס איז אין צוגאב צו די צוויי חתנה זאלן "עטרת חיה שרה" און די נייע חתנה זאל "עטרת גענעדל" אינעם בנין בית אסתר החדש, וואס דאס ברענגט ארויף אינאיינעם די חתנה זאלן אינערהאלב ק"ק סאטמאר מאנסי צו דריי פרעכטיגע ריזיגע זאלן, וועלכע וועלן בעז"ה ווירבלען יעדע נאכט מיט אידישע שמחות.
דער רבי שליט"א איז ערשינען צום מעמד אינאיינעם מיט גיסו כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א, ווי דער רבי שליט"א האט זיך הערציג באגריסט מיט'ן רב שליט"א. עס איז געזונגען געווארן ווארימע און לעבעדיגע פאסטיגע נגינה לכבוד המאורע, און דער נדבן הרבני הנכבד מוה"ר חיים מרדכי הי"ו האט אויפגעטרעטן מיט התרגשות'דיגע דיבורים.
דער רבי שליט"א און דער רב שליט"א האבן דערנאך געטרונקן לחיים און אנגעווינטשן ברכות לרוב פאר'ן נדבן און די חשובע בני המשפחה, און דערנאך פארטיילט שיריים פאר'ן ציבור.
דן האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קדש פונעם רבי'ן שליט"א, ווי דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט די גרויסע זכיה פונעם נדבן פון זיינע פולע נדבות, און באזונדער ארויסגעהויבן די גרויסע חשיבות פון מנדב זיין פאר א תלמוד תורה און דערמיט האבן א חלק אין די הבל פיהם של תשבר. דער רבי שליט"א האט געוואונטשן אז מ'זאל אריינגיין אין די נייע יאר מיט גרויס שמחה, און עס זאל נתרבה ווערן שמחות ביי אידישע קינדער.
דערנאך האט גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א משמיע געווען דברי תורה וברכה לכבוד המאורע און לכבודו פונעם חשובן נדיב ר' חיים מרדכי הי"ו.
דער נדיב האט דערנאך אונטערגעשריבן די שטר אפצוקויפן די זכות נשגב פאר'ן פנטסטישע סומע פון 3.5 מיליאן דאלאר, ווען די ראשי הנהלת המוסדות האבן דערויף געחתמ'ט. דערנאך האט כ"ק גאב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א אונטערגעשריבן דעם שטר, ווערנדיג דערנאך פארשריבן בכתב המלך פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
בעפאר די מעמד איז דער רבי שליט"א ארומגעגאנגען אינאיינעם מיטן שוואגער גאב"ד סאטמאר מאנסי, אינעם בנין הת"ת החדש "בנין ורצבערגער" דמוסדות סאטמאר מאנסי, וועלכע איז שוין פולקאם גרייט צו אנטפאנגן די טויזנטער תשבר אין די נאנטע וואכן.
דער רבי שליט"א איז ארויף צו די העכערע שטאקן און אריינגעגאנגען אין די קלאסן, זיך אומגעקוקט אויף די הערליך פארענדיגטע קלאסן, קארידארן, אפיסעס, דעם גרויסן בית המדרש, די רחבות'דיגע עס זאלן, און שטארק באוואונדערט די שנעלע געבוי מיט אזא פרעכטיגע השלמה.
דערנאך איז דער רבי שליט"א אריין אינאיינעם מיט'ן גאנצן ציבור אין איינער פון די קלאס צימערן, ווי עס איז פארגעקומען א הערליכע מסיבת לחיים לרגל המאורע.






















