top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסן בני העדה החרדית פארזאמלט ביים עצרת מספד לזכרו פון גאב"ד ירושלים זצוק"ל פאררופן דורך העדה החרדית

מוצ"ש פ' דברים - ד' אב תשפ"ג | קול בחצרות

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטר


טויזענטער בני העדה החרדית האבן זיך פארזאמעלט דעם פארלאפענעם דאנערשטאג צום 'עצרת מספד והתעוררות' שטייענדיג ביים ערשטן יארצייט פון הגה''ק גאב"ד ירושלים זצ''ל בעל שערי טובי'. די מעמד וואס איז פאררופן געווארן דורך די 'הנהלת העדה החרדית' איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול היכל מהרי''ץ דושינסקיא אין ירושלים, דער ארט וואו דער מרא דארעא קדישא האט לאנגע יארן אויפגעטראטן מיט זיינע דרשות אום "שבת שובה" און "שבת הגדול" און ביי פילע אנדערע געלעגנהייטן, בראשות פון די חברי הבד"ץ העדה החרדית, אדמורי"ם ורבנים מנהיגי קהלות הקודש ועל צבאם דער ריש ביה דינא רבא כ"ק מרן ראב"ד ירושלים שליט"א.

דער יושב ראש המעמד הרב יחזקאל בראך משפיע אין קהילת 'ברך משה' סאטמאר ירושלים האט איינגעלייטעט די מעמד און אויפגערופן הרה"ג ר' אהרן יהושע ווייס דיין אין ק''ק דושינסקיא וראה"כ 'שערי טוביה' וועלכע האט דערציילט הליכות מלכי בקודש פון זיין גרויסן פעטער דער ירושלימער רב זצ"ל. דאן האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פונעם בעל אכסניא כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וועלכע האט א לענגערע צייט ארומגערעדט במשנתו הטהורה של בעל ההילולא אין מדברי תורתו פון זיין ספר 'שערי טוביה' ארומרעדנדיג ווי רועי ישראל אין אלע דורות האבן געפירט דעם כלל ישראל על פי דעת תורה אן קיין שום זייטיגע חשבונות און ארויסגעברענגט די גרויסע זהירות וואס דער רב זצ"ל האט געהאט פארן כבוד התורה און בפרט פאר גדולי ישראל און ער פלעגט שטענדיג חזר'ן אז ווען מען זעהט ווי די קלי הדעת האבן פיינט די מנהיגי ישראל איז דאס די גרעסטע באווייז אז דער מנהיג איז א צדיק אמת און א ירא אלקים. דער רבי האט צוגעענדיגט, אז אין די יעצטיגע צייטן דארף מען א באזונדערע שמירה צו זיין נזהר אין כבוד התורה וואס צום גרויס ווייטאג זענען דא אזעלכע וואס זאגן אז זיי פארשטייען אליינס און זיי דארפן נישט צוקומען צו די גדולי ישראל. בעת די די דברי הספד פונעם רבי'ן שליט''א האט מען געהאט די זכיה צו אנטפאנגען דעם ראש בית דין שליט"א, אין דער גאנצע ציבור האט זיך אויפגעשטעלט בכבוד הראוי. א שטילקייט פון יראת הכבוד האט געהערשט ווען דער ראש בית דין האט אנגעפאנגען דעם דבר השם ברמה, אנהייבנדיג מיט דברי הספד אויף ידיד נפשו מנעוריו להבחל"ח מרן הגאב"ד זצ"ל, און ארויסגעברענגט זיין געוואלדיגע התמדת התורה אלע יארן און זיין מסירות נפש פאר אידישקייט, דאן האט ער ארומגערעדט איבער די יסוד פון די "עדה החרדית" וואס איז געפירט געווארן אלע יארן דורך גדולי עולם וואס האבן זיך מוסר נפש געווען אויף אידישקייט, און אז דאס איז די תפקיד פון די עדה החרדית צו שטיין על המשמר בכל התוקף און נישט נאכצולאזן קיין זוז כל שהוא פון די ערליכע אויסגעטראטענעם דרך המסורה. דערביי האט דער ראש בית דין אויפגעפאדערט אז מען מוז ארייננעמען פרישע עסקנים אינערהאלב די 'עדה החרדית' וואס זאלן זיין גרייט אויף מסירות נפש און זיך האלטן זיך צום אמת'דיגן וועג פון אויסהערן א דעת תורה, אין צוגעענדיגט בברכות לרוב לכל הקהל הקודש און פארן בעל אכסניא כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א למען יאריך ימים על ממלכתו. דערנאך האט אויפגעטרטאן הגאון הגדול רבי אברהם יצחק אולמאן חבר הבד"צ אין רב וועד הכשרות וועלכע האט ארומגערעדט איבער דעם זמן גרמא מחזק צו זיין די עדה החרדית. דאן האט מען געהערט די פלאם פייערדיגער דיבורים פון הגאון האדיר רבי אליקים שלעזינגער שליט"א ראש ישיבת הרמה אין לאנדאן דורך א לייוו הוק-אפ ווי דער ראש ישיבה האט ארומגערעט איבער די זכיה וואס ירושלים של מעלה האט פארמאגט מיט אזא חשובן רב ומרא דארעא קדישא, איבער זיין געוואלדיגן כח ההשפעה אויף די גאנצע וועלט, אין זיין מסירות נפש ללימוד והרבצת התורה נאך מימי נעוריו, בסוף דבריו האט די ראש ישיבה מחזק געווען ידיו פון ידידו כ"ק מרן ראב"ד ירושלים שליט"א וואס שטייט היינט בראש פון די עדה החרדית, און איהם אנגעוונטשן ער זאל קענען ממשיך זיין מיט די עבודת הקודש ביז משיח'ס טאג.

דערנאך האט מען געהערט דרשות פון הגאון רבי פנחס ברויער ראש ישיבת כנסת אליהו ותלמידו המובהק פונעם בעל ההילולא, המשפיע הגה''צ רבי צבי מאיר זילברברג ראש חבורת נחלת יעקב, און א פלומעניק הרה"ח ר' שמעון ווייס יושב ראש וועד השחיטה ומראשי הנהלת העדה החרדית. אזוי אויך איז פארגעליינט געווארן א מכתב קודש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א דורך הגה"צ ר' ברך יודא היימליך מרבני ק"ק תולדות אהרן. צווישן די גדולי ישראל וועלכע האבן זיך באטיליגט ביים מעמד האבן זיך אנגעזען: האדמור''ים מרחמסטריווקא, פינסק קארלין, סקולען ירושלים, קאלושין, טשאקאווא, הגה"צ רבי מתתי' דייטש גאב"ד רמת שלמה, הגה"צ רבי משה טייטלבוים דומ"צ סאטמאר י-ם, הגאון רבי עמרם אופמן דומ"צ בק"ק דושינסקיא ומראשי ישיבת המקובלים שער השמים, הגאון רבי חיים אהרן בלייער רב שכונת מנחת יצחק, הגאון רבי חיים יוסף בלויא רב שכונת פאג"י ומו"צ העדה החרדית, הגאון רבי קלמן ווייס מו"צ העדה"ח, הגאון רבי אהרן דוד ניישטאדט רב דקהל חסידים נוה יעקב, הגאון ר' חיים עהרנטאל דומ"צ בק"ק קהל חסידי ירושלים, הגאון רבי אהרן סאמעט דומ"צ בק"ק תולדות אברהם יצחק אין נאך צענדליגער מדיינים ומרי צדק אין דייני קהילות דושינסקיא אין ארץ ישראל.










































































Comments