מיטוואך פ' עקב -ט"ו אב תשפ"ג | קול בחצרות
א שטראם פון שווערע טויזענטער אידן האבן דעם מוצאי שב"ק פרשת ואתחנן - נחמו, באלאגערט דעם גיגאנטישן בית רחל אודיטאריום, וואו עס איז פייערליך אפגעראכטן געווארן דעם גרויסארטיגן מלוה מלכה וסעודת הודאה רבתי אין די פריע זונטאג פארטאגס שעהן בראשות כ"ק האדמורי''ם מסקולען שליט"א, ווען די טויזענטער אידן האבן געגעבן א שבח והודי' פארן אויבערשטן אויף די גרויסע נסים ונפלאות ווען די צדיקי בית סקולען זצוק"ל זענען ארויסגעראטעוועט געווארן פון אונטער די קאמוניסטישע נעגל בימים ההם בזמן הזה. דער גרויסער מעמד הודאה איז פארגעקומען נאכפאלגענדיג דעם גייסטרייכן שבת קודש וואס כ"ק האדמו''ר מסקולען שליט"א האט אפגעראכטן אין קרית יואל אויף א געהויבענעם פארנעם. דער שבת קודש איז אפגעראכטן געווארן אין די בית רחל פאראדייס זאלן, אין שוין אויף שבת האט זיך שוין אנגעזען א גרויסער ציבור געסט, חסידי ומעריצי סקולען, וועלכע זענען געקומען פון די נאנט און פון די ווייט מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת און דער נאכפאלגענדער מעמד הודאה מוצאי שב"ק.
שילדן איבערן שטאט האבן ענטפאנגען די פילע געסט וועלכע זענען געקומען צופארן מוצאי שב"ק מיטהאלטן דעם געהויבענעם מעמד, און דירעקטירט צו די ספעציעלע פארקינג סטאנציעס פון וואו מען איז צוגעגאנגען ביז צום גרויסן זאל. צו פארלייכטערן די טראַנספארטאציע פאר די טויזנטער משתתפים איז אראנזשירט געווארן ספעציעלע באסעס פון אלע אידישע צענטערן ווי וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי און די קעטסקילס.
אנגעהויבן פון א קורצע צייט נאכן זמן מוצאי שבת האבן הונדערטער אידן באלאגערט דעם זאל אין זיך געוואשן צום סעודת מלוה דמלכא, עס האבן מהנה געוועהן בפרקי שירה וזמרה דער בעל מנגן ר' יששכר גוטמאן אין א קאפיעלע חסידישער אינגעלייט וועלכע האבן אראפגעזינגען די געווייקטע הייליגער סקולענער ניגונים מיט'ן סקולענער נעימות.
ארום א פערטל נאך איינס איז דער סקולענער רבי שליט"א ערשינען צום מעמד אינאיינעם מיטן ברידער כ''ק האד' מסקולען לעיקוואד שליט''א, ווען דער פיל-געפאקטער זאל מלא על כל גדותיו מיט חסידים ואנשי מעשה האבן אויסגעבראכן אין פייערליכע ריקודין להודות ולהלל. די רבי'ס האבן זיך געוואשן צום סעודה, אין מען האט געזינגען די זמירות פון מלוה מלכה. אינצווישן זענען ערשינען די ברידער כ''ק האדמו''ר מסקולען וויליאמסבורג אין כ''ק האדמו''ר מסקולען מאנסי שליט''א.
דער סקולענער רבי האט פארגעזינגען אודה אין משמיע געוועהן קורצע דברות קודש אין אפגעגעבן א שבח והודאה דערנאך האט די רבי מכבד געוועהן דער ברידער כ''ק האדמו''ר מסקולען וויליאמסבורג אויפצוטערטן, די וויליאמסבורג'ער רבי האט אנגעהויבן בשיר ושבחה אויף די וואונדערליכע הצלה אין דערציילט די השתלשלות הענינים פונעם הצלה פון די קאמוניסטישע תפיסות אין רומעניע אין ארומגערעט בעניני דיומא. כ''ק האדמו''ר מסקולען מאנסי האט פארגעזינגען 'נכספה', כ''ק האדמו''ר מסקולען לעיקוואד האט פארגעזינגען 'וערבה' חזן וקהל אין מען האט זיך אויפגעשטעלט אויף א פייערדיגער ריקוד שמחה יהללו שמו במחול בתוף וכינור יזמרו לו.
מען האט ווייטער ממשיך געוועהן די זמירות מלוה מלכה אין כ''ק האדמו''ר מסקולען שליט''א האט געבענטשט על הכוס, נאך ברכת המזון האט מען זיך ווידער אויפגעשטעלט אויף א רקידה אויף דער ניגון 'ונשגב השם לבדו' ווי איינגעפירט, עס איז שוין געוועהן נאך פיר אזייגער ווען מען האט ארויסבאגלייט די אדמור''ים שליט''א בשירה וזמרה.
Commentaires