top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אור היקוד: הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג וועט מדליק זיין הדלקה רבתי בקרב הקהלה אין לאנדאן

  • Bechatzros admin
  • 12 במאי
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 12 במאי

מאנטאג פ' אמור • י''ד אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בקרב חסידי סאטמאר תושבי לאנדאן ווערט מיט רגשי שמחה אויפגענומען די בשורה מרנינה, אז דעם ליל ל"ג בעומר וועט מען האבן די זכי' אז די יערליכע הדלקה רבתי וואס ווערט אפגעראכטן ברוב עם הדרת מלך פון אלע בני הקהלה זקנים עם נערים, וועט היי-יאר פארגעקומען בראשות דעם אורח הדגול הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א, וועלכער וועט מדליק זיין די מדורה און אפרעכטן די פייערליכע טענץ לכבוד התנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי.


דער סאטמאר-וויליאמסבורגער רב שליט"א וועט אנקומען צוגאסט קיין עיר הבירה לאנדאן דעם סוף וואך, צו באשיינען דעם שב"ק פר' אמור בקרב הקהלה, לרגל די שמחת קידושא רבא פון אן אייניקל, בת הנולדה ביי בנו הרה"ג ר' אלעזר טייטלבוים שליט"א ר"מ בישיבת סאטמאר, אן איידעם פון הגה"צ ראש ישיבת תורת חסד שליט"א.


דאנערשטאג נאכט בליל ל"ג בעומר וועט פארקומען די גרויסארטיגע הדלקה אינעם חצר פונעם ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אויף 26 קלעפטאן קאממען, וואו עס וועלן זיין איינגעזאמלט די פילע הונדערטער בני הקהלה און מאסן תושבי העיר, וועלכע וועלן בהתרוממות עילאה מיטלעבן דעם מעמד הדלקה און ריקודין עילאין לכבוד היום.


דער שבת וועט אפגעראכטן ווערן אויף א געהויבענעם פארנעם בראשות פונעם רב שליט"א, וועלכער וועט פראווען אלע תפילות און סעודות שבת אינעם גרויסן סאטמארער ביהמ"ד, די סעודה פרייטאג צונאכטס וועט דער רב שליט"א עסן אינאיינעם מיט די בחורי הישיבה דסאטמאר לאנדאן, און דערנאך וועט פארגעקומען די גרויסע באטע בהשתתפות די הונדערטער בני הקהלה ותושבי העיר.


שבת צופרי נאכ'ן דאווענען וועט פארגעקומען די קידושא רבא פונעם רב'ס אייניקל, וואס וועט זיין א געהויבענע איבערלעבעניש בשמחת בית צדיקים וואס דער ארטיגער סאטמארער ציבור וועט זוכה זיין מיטצולעבן.

תגובות


bottom of page