כֻּלָּם נִקְבְּצוּ בָאוּ: מעמד קבלת פנים רבתי אין מחנה רב טוב ד'סאטמאר לכבודו פון האד' מסאטמאר נשיא המוסדות
- sfbechatzros
- לפני 3 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
מיטוואך פ' ראה • כ''ו אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

דעם מיטוואך אין די פארמיטאג שעה'ן איז כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט''א אנגעקומען אין די סאטמארע מיידל קעמפ מחנה רב טוב אין קערהאנקסאן ווי די מיידלעך זענען געווען אויסגעשוהרט און דער רבי שליט''א איז אדורך געגאנגען אין באגלייטונג פון די הנהלת המחנה.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים און בית המדרש מיט די תושבי המחנה, וואו עס האט מקבל פנים געוועהן הגה''צ ר' יצחק שטיין שליט''א אבד''ק פאלטישאן ודומ''ץ המחנה. נאכן מסיבת לחיים איז דער רבי שליט''א אנגעקומען צו די שפּיל הויז ווי אלע תלמידות האבן אפגעווארט דעם רבי'ן. צום ערשט האט הרה''ח ר' דוד ראזענבערג הי"ו מנהל המחנות אויפגעטרעטן און באגריסט דעם רבי'ן שליט''א, דערנאך האט דער רבי שליט''א משמיע געווען דברות קודש.
שפעטער אין טאג איז דער רבי שליט''א אנגעקומען צו מחנה רב טוב מחנה א' א'. דער רבי שליט''א איז צוגעגאנגען צו די שפּיל הויז ווי אלע תלמידות האבן אפגעווארט דעם רבי'ן, כמעשהו בראשונה האט הרה''ח ר' דוד ראזענבערג מנהל המחנות אויפגעטרעטן און האט באגריסט דעם רבי'ן שליט''א דערנאך האט דער רבי שליט''א משמיע געווען דברות קודש, און דאן אפגעראכטן א מסיבת לחיים מיט די חברי הנהלת המחנה.
פון דארט איז דער רבי שליט''א אריבער געפארן צום מחנה רב טוב בחורים קעמפ ווי אלע תלמידים האבן אפגעווארט דעם רבי'ן אין ביהמ''ד פונעם קעמפ, און מקבל פנים געווען מיט שיינע ניגונים. הרה''ח ר' דוד ראזענבערג הי''ו מנהל המחנות האט אויפגעטרעטן און מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט''א און איבערגעגעבן א ווארימע גריס פון די תלמידים פון א גאנץ זומער, דערנאך האט דער רבי שליט''א משמיע געוועהן דברות קודש אין ארויסגעברענגט די קדושת המחנה וואס הרה"ק מסאטמאר זי''ע האט אריינגעלייגט אין די קעמפ, און מסיים געוועהן בברכץ קדשו פאר אלע תלמידים.












































