top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הרה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א דערווארט צוגאסט אין ניו יארק; רייכע מעמד "כולנו שותפים" לטובת מוסדות נחלת יעקב

  • sfbechatzros
  • 40false36 GMT+0000 (Coordinated Universal Time)
  • זמן קריאה 1 דקות

מיטוואך פ' לך לך • ז' חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

חסידים ותלמידים גרייטן זיך מיט התרגשות מקבל פנים צו זיין פני הגה"צ המשפיע רבי צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב אין ירושלים עיה"ק, וועלכער וועט אנקומען אויף א קורצן באזוך קיין ניו יארק לשמחת לב חסידיו ואנשי מעשה וואס וועלן נהנה זיין מאורו במשך דעם באזוך.


דער רב שליט"א קומט צו פארן קיין ניו יארק לטובת די מוסדות נחלת יעקב אין ירושלים, ביי וועלכן פילצאליגע אידן זקנים עם נערים זענען זיך כסדר מתחמם לאורו הבהיר אויף א געהויבענעם שטייגער.


מיט עטליכע חדשים צוריק, איז באשטימט געווארן די נסיעה דורכ'ן משפיע צו אויפטרייבן גרויסע סכומים לטובת מוסדותיו הקדושים, ארגינעל איז געווען געפלאנט אפצוהאלטן א גרויסארטיגע מעמד אינמיטן די זוממער אין די הערליכע מאיעסטעטישע ראבערט טרי האטעל אין נוארק ניו דזשערזי, אבער צוליב די שווערע מלחמה אין ארץ ישראל איז עס געווארן אפגערופן.


אצינד קומט אן די גוטע בשורה אז קומענדיגן זונטאג פרשת תולדות הבעל"ט וועט מען האבן דעם כבוד מקבל פנים צו זיין דעם געהויבענעם גאסט שליט"א, וועלכער וועט באשיינען דעם מעמד כולנו שותפים וואס וועט אי"ה אפגעראכטן ווערן אינעם גיגאנטישן וועסטשעסטער קאונטי סענטער, וואו עס וועט פארקומען דער גרויסער כינוס און דערביי וועט מען האבן די זכי' צו הערן די דברים חוצבים להבת אש פון רבי צבי מאיר שליט"א.

bottom of page