הילולא קדישא פון הרה"ק מאמשינוב זי"ע אפרעכאטן בצל נכדו האד' מאמשינוב אין גליל העליון
- sfbechatzros
- לפני 9 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' ראה • כ''ה אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אלימלך גרסטל, JDN
חסידי אמשינוב האבן פארגאנגענעם וואך מיטגעלעבט א יומא אריכתא אין גליל העליון בצילו פון כ"ק אדמו"ר מאמשינוב שליט"א וואס האט אויף א געהויבענעם שטייגער געפראוועט די הילולא קדישא פונעם עלטער זיידן הרה"ק רבי שמעון שלום מאמשינוב זי"ע, וואס איז אויסגעפאלן היינטיגן י"ט מנחם אב.
דער רבי שליט"א האט פוקד געווען דעם ציון הק' אין די פריע פארטאגס שעהן פון מיטוואך, בעפאר דעם טיש, צוליב די שווערע היצן וואס הערשט די טעג אין ארץ ישראל. בשעה 1:00 אויפדערנאכט איז די רבי ארויסגעפארן פון מעון קדשו אין בית וגן קיין טבריה, כמנהגו יעדעס יאהר איז דער רבי מיטגעפארן מיט די חסידים אויפן באס צום אלטן בית החיים אין טבריה, אזוי אויך זענען ארויסגעפארן איבערגעפילטע באסעס פון אלע אמשינובער שטיבלעך לענגאויס ארץ ישראל.
ארום פיר אזייגער פארטאגס איז די רבי אנגעקומען אויפן צום ציון הק' פון זקינו דער בעל ההילולא ווי דער רבי האט זיך אויפגעהאלטן ארום פיר שעה, מען האט געזאגט מזמורי תהילים און די רבי האט געזאגט קדיש, דערנאך האט זיך די רבי משתטח געווען און שופך שיח געווען א תפילה חרישית. דאן איז די גאנצע ציבור דורך ביים רבי'ן מיט קוויטלעך און הזכרות להפקד בדבר ישועה ורחמים. נאכן עלייה לציון איז די רבי שליט"א צוגעגאנגען צו די ציונים הקדושים פון הרה"ק רבי מענדעלע וויטעפסקער, הרה"ק רבי יעקב שמשון משפיטיווקא, און הרה"ק רבי שמחה בונים מאוטוואצק זכותם יגן עלינו.
פונעם בית החיים איז די רבי צוגעפארן צו א דירה אין קרית צאנז טבריה ווי די רבי האט זיך אפגערוהט פונעם טילטול הדרך.
שפעטער ארום צוועלף אזייגער מיטאג איז די רבי ארויסגעפארן קיין עיה"ק צפת ווי די רבי איז אנגעקומען צום נייעם גרויסן אמשינובער ביהמ"ד צו א ברית לבן אחד מחסידיו ווי כ"ק אדמו"ר מנדבורנא צפת שליט"א האט געדינט אלס סנדק.
ארום 1:45 איז די רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד דארט אין צפת צום עריכת שולחן הטהור סעודת ההילולא, צום ערשט האט די רבי פארטיילט מזונות און לחיים פאר די חסידים פאר קרוב צו אנטערטהאלבן שעה, און דערנאך געוונטשן לחיים לכל הקהל הקודש פאר א לענגערע וויילע. שפעטער האט זיך די רבי געוואשן צום סעודת הילולא, טועם געווען פון די פיש, מען האט געזינגען די זמירות כנהוג און די רבי האט ווידער אמאל געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור וואס האט געדויערט ארום א שעה צייט. דערנאך האט די רבי געזאגט תורה, און פארטיילט פרות פארן גאנצן ציבור. די רבי האט געבענטשט ברכת המזון על הכוס פאר ארום צוואנציג מינוט, און דערנאך געזאגט די ברכה אחריתא לכבוד די שבע ברכות פון א חתן מאנשי שלומו. עס איז שוין געווען ארום 7:30 פארנאכטס ביים שקיעה ווען די רבי שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צוריק אהיים למעון קדשו אין בית וגן.
















