top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע באזוך קיין וואשינגטאן דורך גדולי התורה ראשי הישיבות צו שתדל'ען איבערן ביטערן גזירת הגיוס בארה"ק

  • sfbechatzros
  • 27 באוג׳
  • זמן קריאה 2 דקות

עודכן: 27 באוג׳

מיטוואך פ' ראה • ג' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

א היסטארישע באזוך איז פארגעקומען נעכטן דינסטאג, ווען א משלחת כבוד פון דריי גדולי ראשי ישיבות אין אמעריקא זענען אנגעקומען צום עיר הבירה וואשינגטאן, צו די מדינות ישראל אמבאסאדע אין אמעריקא, וואו זיי האבן זיך געטראפן מיטן מדינות ישראל אמבאסאדאר אין אמעריקא יחיאל לייטער, צו שתדל'ען אנבאלאנדט די ביטערע גזירת הגיוס אין ארה"ק. די זיצונג איז ארגאניזירט און אנגעפירט געווארן דורך הרבני הנגיד ר' שלמה ווערדיגער שליט"א, פארזיצער פון אגודת ישראל אוו אמעריקא.


די דריי אנוועזענדע גדולי ראשי ישיבות שליט"א זענען געווען הגאון הגדול רבי אהרן פעלדמאן שליט"א ראשי ישיבת נר ישראל באלטימאר, הגאוןהגדול רבי מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת בית המדרש גבוה לעיקוואד, און הגאון רבי אליהו ברונדי שליט"א ראש ישיבת מיר פלעטבוש, וואס אלע דריי גדולים זענען חברי מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל אוו אמעריקא.


די גדולי ראשי ישיבות האבן בעת די זיצונג דן געווען איבער די ביטערע מצב פון די גזירת הגיוס אין ארה"ק, ארויסברעגענדיג די שארפע שטעלונג פון די חרד'ישע אידנטום איבער די גאנצע וועלט איבער די ביטערע גזירה הנוראה. אז די חרד'ישע ציבור אין אמעריקא שטייט האנט ביי האנט מיט אונזערע ברודער אין ארץ ישראל, ארויסהעלפענדיג מיט זייער שווערע געראנגעל אויף די ווייטערדיגע עתיד פון קיום התורה.


דער אמבאסאדאר זייענדיג זעלבסט א שומר תורה ומצוות, האט גאר ווארעם אויפגענומען און ארויסגעוויזן שעצונג פאר די גדולי תורה ראשי הישיבות, און איבער א שעה האט ער אויסגעהערט מיט א געוואלדיגע דרך ארץ די דברים היוצאים מן הלב פון די גדולי התורה.


אינצווישן האט דער אמבאסאדאר געזאגט, אז ער איז זייער מחשיב דאס ענין פון קיום התורה, צוליב דעם וואס זיין פאטער איז געווען פון די תלמידים פון הגאון רבי יצחק רודערמאן זצ"ל מייסד וראש ישיבת נר ישראל אין באלטימאר, וואס ווערט היינט צוטאגס נמשך דורכן ראש ישיבה הגאון רבי אהרן פעלדמאן שליט"א ראש הישיבה, וועלכע איז אנוועזנד געווען ביים זיצונג.


צוליב די האקעלע סענסעטיווקייט אינעם אינהאלט פונעם פריוואטן זיצונג, איז נישט ארויסגעגעבן געווארן פארן פובליק וואס זיי האבן דארט אויסגעשמועסט, אבער דאס איז יא איבערגעגעבן געווארן, אז דער אמבאסאדאר האט פארשפראכן אז ער וועט טוהן כל מה שביכלתו ארויסצוהעלפן די ווייטערדיגע עתיד פון קיום התורה אין ארצינו הקדושה.


אט דער היסטארישער באזוך, ווען די דריי גדולי התורה ראשי ישיבות האבן זיך ארויסגעלאזט קיין וואשינגטאן עיר הבירה, אין צייט וואס אין די עולם התורה האט זיך נארוואס אנגעהויבן די נייע 'אלול זמן', טוט אונטערשטרייכן די חשיבות הענין אויף וואס די גדולי התורה האבן זיך אוועקגעריסן פון אלע טירדות נישט קוקענדיג אויף די טייערע צייט, אלס כדי אויפצוטוהן פאר אונזערע ברודער אין ארה"ק להעביר את רוע הגזירה.

ree
ree

תגובות


bottom of page