מוסדות סאטמאר בארא פארק טרעט אריין אין נייעם יאר מיט היסטארישן מקח אויף גיגאנטישן תלמוד תורה־קאמפלעקס
- sfbechatzros
- 18 בספט׳
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג פ' נצבים • כ''ה אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

ביים שוועל פון נייעם יאר, האבן סאטמארער חסידים אין שטאט בארא פארק, אויפגענומען מיט פרייד די גליקליכע בשורה פון הרחבת גבולי הקדושה, אז מוסדות סאטמאר בארא פארק, איז מחיל אל חיל אריינגעשפרינגען אין א גיגאנטישן מקח אויף א נייע ריזן-פראפערטי אין דער שטאט בארא פארק אויפצובויען א גיגאנטישער תלמוד תורה געביידע אין גרויסקייט פון 120,000 סקווער-פיס.
דער שטח לויפט דורך א גאנצן בלאק אויף ״בעי פארקוועי״ אדורך און אדורך צווישן 60 און 59׳סטע סטריט וואו ס׳געפינט זיך יעצט די ״רייט עיד״ פארמאסי בילדינג, אינאיינעם מיט׳ן פארקינג-לאט.
אט אויף דעם שטח אדיר וועט אויפגעבויעט ווערן א מאסיווער תורה ויראה קאמפלעקס פון העכער 100 רחבות׳דיגע קלאסן, בתי מדרשים, עס-זאלן און אלע צוגעהערן, צו אקאמאדירן די העכער צוויי אהאלב טויזנט תינוקות של בית רבן אין די מוסדות הקדושים אין בארא פארק וואס שטייט אונטער די נשיאות פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהרי"י).
באזונדער וועט אין דער גיגאנטישער תלמוד תורה געביידע אויפגעבויעט ווערן א פראכטפולער ״חתונה זאל״, בנוסף צו א צאל קלענערע שמחה-זאלן, וועלכע וועלן בעז"ה ווירבלען יעדע נאכט מיט אידישע שמחות.
דער היסטארישער מקח איז צושטאנד-געקומען דעם היינטיגן דאנערשטאג אינדערפרי, אדאנק דעם בונה ומקים עולמות של תורה,הנגיד מוה״ר ליפא פריעדמאן הי״ו יו״ר ועד קרן הבנין, וועלכער איז געווען דער אינציאטאר און גרעסטער נדיב פון די פריערדיגע צוויי בניני המוסדות, הנקראים על שמו, און אצינד ויבוא הבנין השלישי, פירנדיג דעם מקח האדיר, אינאיינעם מיט די חברי הנהלת המוסדות ובראשם הגה״צ אבד״ק סיגוט שליט״א ובהורמנותא דמלכא און פערזענליכע הוראות קודש פון כ״ק אדמו"ר מסאטמאר שליט״א על כל צעד ושעל, ביז׳ן גרייכן דעם גליקליכן טאג, ווען דער נדיב האט אראפגעשטעלט דעם ערשטן סכום פאר׳ן בנין, אן אסטראנאמישן דעפאזיט, פארן אומגעהויערע ״13 אהאלב מיליאן״ דאללער'דיגן מקח.


