גראנדיעזע התכנסות תלמידי וחסידי דושינסקיא בארה"ב ביי רייכע אווענט פארן לטובת די "קרית הישיבות" דחסידי דושינסקיא
- sfbechatzros
- לפני 3 ימים
- זמן קריאה 4 דקות
עודכן: לפני יומיים
דינסטאג פ' כי תבא • ט"ז אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

הונדערטער תלמידי וחסידי דושינסקיא אין אמעריקא האבן זיך פאריגע וואך מאנטאג אויפדערנאכט באטייליגט ביים מעמד האדיר "לבני אני צריך" בראשות דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, לטובת דעם אויפבוי פון די מאסיווע מבצרי התורה והיראה פון ישיבה הקדושה דושינסקיא, אינעם "קרית הישיבה" אין שטאט אלעד, וועלכע שטייט יעצט און אירע לעצטע פאזעס צו פארענדיגט ווערן בתכלית היופי.
אין די יעצטיגע טעג ווערט פארענדיגט דריי ריזיגע בנינים מפוארים וועלכע זענען געבויעט געווארן אינעם "קרית הישיבה" קאמפלעקס אין אלעד, צו קענען אקאמאדירן די ריזן וואוקס פון תלמידי הישיבה בלי עין הרע.
דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א האט אין די לעצטערע יארן גענומען דעם מאסיוון פראיקעט אויף זיך אלס א פערזענליכע עול, און איז שוין ארומגעפארן אין פילע שטעט איבער די וועלט אויפצוטרייבן ריזיגע סומעס פאר די אויפבוי פון אט די מבצרי התורה והיראה.
אין די יעצטיגע טעג האט דער רבי שליט"א אונטערגענומען א מסע קודש קיין אמעריקא, צו געבן די זכי' פאר תלמידיו וחסידיו אין אמעריקא בייצושטייערן פאר די הייליגע פראיעקט, און דעם מאנטאג אויפדערנאכט איז פארגעקומען דער מעמד המרומם פאר עדת חסידי דושינסקיא בארה"ב אינעם פראכטפולן "מלון רעזארט" אין ניו דזשערסי.
א מחזה הוד איז געווען צוצוקוקן שאי סביב עיניך וראו כולם נקבצו באו לך, הונדערטער חסידים פון אלע שטעט איבער גרעיטאר ניו יארק און ניו דזשערסי, יונג און אלט, פון זקני החסידים ביז פרחי האברכים, וועלכע האבן גענומען א חלק מיטן העלפן אויפבויען די ישיבה הקדושה.
די מעמד איז באשטימט געווארן אין די טעג ארום ו' אלול, דעם טאג וואס הגה"ק מהרי"ץ מדושינסקיא זי"ע איז ארויפגעקומען קיין ארצינו הקדושה פאר 92 יאר צוריק, אינאיינעם מיט בנו יחידו הגה"ק מהרי"ם מדושינסקיא זי"ע, ווען דער מהרי"ץ איז דאן נתעלה געווארן אלס גאב"ד ירושלים, וממנה יתד וממנה פינה ווען ער האט דאן אויפגעשטעלט די דושינסקיא מוסדות וישיבות הקדושות אין ארצינו הקדושה.
דער בימת הכבוד ביים מעמד איז באשיינט געווארן דורך דער מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, ווען לצידו איז געזעסן אחיו הגה"צ אבד"ק דושינסקיא בית שמש שליט"א, און דעם רבינ'ס עלסטער זוהן הגה"צ רבי אהרן שמואל שליט"א ראש ישיבת דושינסקיא, לענגאויס די איבעריגע טייל פונעם בימת הכבוד זענען געווען אויסגעזעצט נכדי הגה"ק מהרי"ם דושינסקיא זי"ע, אזוי אויך די מנהלי מוסדות דושינסקיא ברחבי ארה"ק, וועלכע זענען ספעציעל געקומען צו פארן צו באשיינען ביים מעמד.
ביים מעמד איז פארטיילט געווארן דער נייער הערליכער ספר "אגרות מהרי"ץ", וועלכע נעמט אריין אין זיך היסטארישע מכתבים און קול קורא'ס, באגלייט מיט חיזוק והדרכה במערכות ישראל בהשקפה הנכונה פון די רועי החסידות.
והיטיבו נגן בתרועה, האט במשך דעם גאנצן מעמד מהנה געווען בשירה ובזמרה דער וועלט בארימטע שטערן בעולם הנגינה ר' מרדכי אילאוויטש הי"ו אינאיינעם מיט די ידידים קווייער.
אלס יושב ראש המעמד האט געדינט הרה"ח ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו, וועלכע האט אנגעפירט דעם גאנצן מעמד מיט זיינע הפלא'דיגע דיבורים אשר שפתים יושק, און דערביי אויסגערופן די שמות הנדיבים וועלכע האבן בייגעשטייערט ריזיגע סומעס לטובת די אויפבוי פונעם "קרית הישיבה".
מיט א חרדת קודש האבן די הונדערטער באטייליגטע מקבל פנים געווען את פני מלכם רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, וועלכע האט ספעציעל גענומען די מיה בטילטולא דגברא רבא אין די יעצטיגע פארנומענע טעג ערב ירח האיתנים, ארויסצוקומען קיין אמעריקא אויפצוטרייבן סכומים הגונים פון אנשי שלומיו לטובת דעם מבצר התורה והיראה.
נאכן רבינ'ס אנקום, האט מען אויסגערופן דעם נואם הכבוד פה מפיק מרגליות הרה"ג רבי מרדכי שיף שליט"א, רב דקהל איחוד אברכים אין בארא פארק, א זון פון הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפן שליט"א.
נאך די ווארעמע ווערטער פונעם נואם הכבוד, האט זיך דער ציבור צוגעהערט מיט א יראה עילאה צו די דברות קודש פון כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, וועלכע האט אנגעהויבן זיינע ווערטער מיטן השתלשלות הדברים פון די אויפבוי פון די הייליגע דושינסקיא ישיבה וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך זקינו הקדוש הגה"ק מהרי"ץ דושינסקיא זי"ע, און עס איז ווייטער נמשך געווארן דורך בנו אביו הגדול הגה"ק מהרי"ם דושינסקיא זי"ע, און יעצט ווען די ישיבה שטייט שוין ב"ה אויף גאר א הויכע שטאפל, גדלו והצליחו וגם עשו פרי, מען מוז שוין צובויען ריזיגע בנינים, איז א פליכט אויף אלע תלמידים וחסידים ארויסצוהעלפן אזא הייליגע פראיעקט, צו קענען ווייטער ממשיך זיין די קיום הישיבה.
דא איז דער רבי שליט"א אריבער מיטן אראפלייגן די שווערע לחץ זו הדחק פון די הייליגע ישיבה צוליב די רבוי התלמידים קע"ה, וואס דאס האט צוגעברענגט אז מען האט געמוזט אריינטאנצן אין דעם ריזיגן פראיעקט אויפצושטעלן די "קרית הישיבה" אין אלעד.
אויך האט דער רבי שליט"א ארומגערעדט לשבח פון די ישיבות לצעירים בית יוסף צבי אין ירושלים עיה"ק, און די ישיבה מהרי"ם אין בית שמש, וואו אחיו הגה"צ אבד"ק דושינסקיא בית שמש שליט"א דינט אלס ראש הישיבה.
דא האט דער רבי שליט"א אויסגעשריגן מנהמת לבו הטהור די ווערטער "לבני אני צריך", אלע תלמידים וועלכע האבן זוכה געווען נתגדל צו ווערן במשך די אלע יארן על ברכי הישיבה, וועלכע זיי שעפן נאך ביז היינט זייער מקור החיות והקדושה פון די הייליגע השפעה, זאלן זען אנטייל צו נעמען מיט גרעסערע סכומים לטובת די ריזיגע פראיעקטן מיטן אויפשטעלן די בנינים הכבירים פון די הייליגע ישיבה.
נאך די דברות קודש, האט דער יושב ראש הרה"ח ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו מבשר געווען פארן ציבור א בשורה טובה ומרנינה, אז דער רבי שליט"א גרייט זיך בעז"ה ארויסצולאזן אויף א מסע המרומם צו די קברי הצדיקים לקדושים אשר בארץ המה בארצות אייראפע דעם קומענדיגן ווינטער שנת תשפ"ו לפ"ק, אריינגערעכנט א דערהויבענע שבת קודש אין אייראפע, ספעציעל פאר די אלע נדיבים וועלכע שליסן זיך אן מיט גרעסערע סומעס לטובת די הייליגע פראיעקט מיטן אויפשטעלן די מבצרי תורה ויראה די בנינים הכבירים אינעם "קרית הישיבה" אין אלעד.
נאכן מעמד איז געווען א מחזה הוד צוצוקוקן ווי דער ריזן ציבור גייט אדורך כבני מרון אל מול פני הקודש פונעם רבי'ן שליט"א, איבערצוגעבן די "שטרי התחייבות" אינאיינעם מיט א קוויטל להיזכר לטובה לקראת הימים הנוראים הבעל"ט, א קידוש שם שמים איז געווען די סך הכל פון די קבלות אין ווערד פון צענדליגער טויזענטער דאללארן דורך תלמידי וחסידי דושינסקיא, וואו דער רבי שליט"א האט זיך צוגעקוקט צו די פולע חתימות מיט א זעלטענע קורת רוח ומאור פנים.
אין די יעצטיגע טעג האבן זיך די עסקני הנסיעה זיך אראפגעזעצט אנצוגרייטן די ערשטע שטאפלען פון פלענער פאר די מסע הקודש מיטן רבי'ן שליט"א קיין אייראפע, פאר אלע נדיבים וועלכע וועלן ביישטייערן פון 18,000 און העכער לטובת די אויפבוי פון בנינים הכבירים אינעם "קרית הישיבה" אין אלעד, אין וועלכן העכער פון "הונדערט חסידים" האבן זיך שוין פאקטיש אנגעשלאסן לדבר מצוה.































