פראכפולע דינער "קשר אחד - עשרים שנה" לטובת איחוד מוסדות באבוב-45 פארגעקומען אין שטאט מאנסי
- Bechatzros admin
- 21 ביולי
- זמן קריאה 1 דקות
מאנטאג פ' מטות מסעי • כ"ה תמוז תשפ"ה | בחצרות הקודש

אין שטאט מאנסי איז פארלאפענעם מאנטאג פנחס אפגעראכטן געווארן די יערליכע דינער לטובת איחוד מוסדות באבוב-45, אין די סעריע דינער'ס וואס זענען אפגעהאלטן געווארן דורכאויס די ימי הספירה אין בארא פארק, און האבן דאס יאהר געטראגן דעם נאמען "קשר אחד - עשרים שנה", אפצייכענענדיג מיט התרגשות די צוואנציגסטע יאר פון הרבצת תורה וחינוך פאר טויזנטער תלמידים ותלמידות, תחת דגלו הטהור פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א, אפגעבנדיג א שבח והודאה צו השי"ת אויפ'ן פרעכטיגן אופבלי און וואונדערליכער וואוקס פון די הייליגע מוסדות לשם ולתפארת.
די מעמד איז פארגעקומען אין די קראון באללרום זאל וואו עס זענען געווען פארזאמלט די הונדערטער חסידים תושבי העיר. צום ערשט האט מען געהערט א דרשה פון הגה"צ רבי צבי הירש ראבינאוויטש אבד"ק באבוב 45 מאנסי, דערנאך האט דער וועלט בארימטער מגיד נפלא הרב אברהם מרדכי מלאך געהאלטן דעם ציבור געשפאנט מיט אן אינהאלסטרייכע דרשה, דאן האט מען געהערט דעם דעטאלירטן רעפאראט פונעם בודזשעט דורך הרב בנציון יוסף ריינהאלד, מנכ"ל פונעם פאנדרעיזינג אפיס און יו"ר מגבית קשר אחד.
מיט יראת הכבוד האט מען זיך צוגעהערט צו די דברות קודש מלהבות אש פונעם נשיא המוסדות כ"ק אדמו"ר מבאבוב-45 שליט"א, דברי התחזקות והדרכה ספעציעל פאר די חסידים תושבי מאנסי, און צום שלוס האבן די משתתפים געהאט די זכי' אריבערצוגיין מול פני הקודש און חתמ'נען אויף די שטרות אויף די סכומים פון לכה"פ 1,200 דאללער א חודש, און די רבי האט יעדער אנגעוונטשן מברכותיו הטהורות מיט א מאור פנים.






















Commentaires