top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע באגעגעניש צווישן האד' מתולדות אברהם יצחק מיטן מעיאר פון ירושלים צו שתדלן למען קדושת העיר

דינסטאג פ' שלח - כ"ד סיון תשפ"ג | קול בחצרות


א היסטארישע באגעגעניש איז פארגעקומען אין די יעצטיגע טעג, ווען כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א האט זיך געטראפן מיטן מעיאר פון שטאט ירושלים משה ליאון, דורכצושמועסן פארשידענע ענינים העומדים על הפרק, איבערהויפט איבער די ברענענדיגע טעמע וואס הויערט אויפן חרדישן ציבור מיטן פלאן פון די שטאטראט אדורכצופירן דעם רכבת הקלה בפלטרין של מלך אין עיר הקודש והמקודש ירושלים תבנה ותכונן.


נאך וואס דער תולדות אברהם יצחק רבי שליט"א האט זיך נאך קיינמאל נישט געטראפן פערזענליך מיט א מעיאר אדער סיי וועלכע הויכע פאליטיקאנט אינערהאלב די ציוניסטישע מדינה, איז אין א היסטארישע שריט באשטימט געווארן די דאזיגע באגעגעניש וואס איז פארגעקומען אויף א פארמאכטע פארנעם אין די מאה שערים געגנט אין ירושלים. דער רבי שליט"א האט א לענגערע צייט ארומגערעדט מיטן מעיאר פארשידענע ענינים העומדים על הפרק, און געשתד'לט למען טהרתן וקדושתן של ישראל אויף סיי וועלכע מעגליכקייט.


דער רבי האט ארויסגעברענגט זיין שטארקע התנגדות צו די בוי ארבעט פון די באנען, און דערביי דערמאנט די וויי געשריי וואס די גאנצע חרדישע אידנטום אין ירושלים טוט זיך דערמיט פלאגן, למען צביון העיר, די רוחניות'דיגע שטאנד אין שטאט זאל חלילה נישט פאלן, און צוברענגען פרישע מכשולות ה"י.

דער מעיאר האט קלארגעשטעלט פארן רבי'ן אז ער פון זיין זייט טוט די מאקסימום השתדלות צו פארזיכערן די קדושת המקום, און פארשידענע אופנים טוט מען זיך פארזיכערן דערמיט, ווי צום ביישפיל אפטיילן די סטאנציעס, א באזונדערע סטאנציע פאר די פרומע ציבור, און א באזונדערע סטאנציע פארן אלגעמיינעם ציבור, וואס וועט נישט זיין אינעם היימישן געגנט, און אזוי אויך וועלן די פענסטער'ס זיין פארשטעלט מ'זאל נישט קענען אריינקוקן פונדרויסן, נישט צו מכשיל זיין דעם היימישן ציבור ח"ו מיט ראיות אסורות.


דער רבי שליט"א האט אויסגעהערט און געזאגט אז ער פריידט זיך צו הערן אז מ'פרובירט זיך צוצושטעלן צום היימישן ציבור, אבער מיט דעם אלעם פאדערט זיך א שטארקע קול במחנה צו לאזן הערן אונזער פעלזן פעסטע שטעלונג אפצוהיטן דעם פלטרין של מלך ביזן לעצטן טראפ.


ביים שמועס האט דער מעיאר ליאון זיך פארפליכטעט פארן רבי'ן ארויסצוהעלפן מיט די נויטיגע פערמיטן צו קענען אויפבויען דעם גרויסן ביהמ"ד דחסידי תולדות אברהם יצחק אין מאה שערים, וואס איז אין די טעג אריין אין די פאקטישע בוי ארבעט ווי געמאלדן, און אזוי אויך די בריק וואס וועט לויפן פונעם רבינ'ס שטוב ביז צום היכל בית המדרש, צו פארגרינגערן פארן רבי'ן דאס קומען און גיין מדי יום ביומו ומדי שבת בשבתו.


היינט דינסטאג איז כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א געוואויר געווארן אז די לאקאלע שטאטראט האט ארויסגעשטעלט א מעלדונג, ווי כאילו דער רבי איז איינגעגאנגען צוצושטימען אויף די בוי ארבעט פון די באנען אין ירושלים, דער רבי איז געווארן אויפגעשוידערט דערפון, און תיכף ארויס לרחובה של עיר צו מוחה זיין כדת של תורה, און דערמיט קלארשטעלן דעם דעת תורה הברורה אז פון אונזער זייט דארפן מיר טון וואס מעגליך צו אפשטעלן דעם שרעקליכן חורבן פון די באנען.


נאכן לאזן הערן דעם קול מחאה, האט דער רבי זיך ארויסגעלאזט אין וועג קיין הר יונה, וואו דער רבי וועט וויילן די קומענדיגע וואכן אויף אפרוה.


אינעם בילד: די רבי שליט''א ביים מוחה זיין ברחובה של עיר אויף די בר אילן גאס קעגן דעם שרעקליכן חורבן פון די באנען.




bottom of page