top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מבאבוב־45 אנגעקומען אין מתיבתא קעמפּ צום זומער; סעודת הילולא רבתי פון הרה"ק בעל קדושת ציון מבאבוב זי״ע

  • Bechatzros admin
  • 4 באוג׳
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 4 באוג׳

מאנטאג פ' ואתחנן • י' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: הילל ל"ש

די וואך דינסטאג נאך שחרית האט כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 שליט"א פארלאזט ביתו נאווה קודש אין בארא פארק אויפן וועג צום מחנה מתיבתא באבוב-45 אין פארסקוויל ווי דער רבי וועט פארוויילן בקרב תלמידי המחנה.


אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רבי שליט"א ערשינען בשערי המחנה, ווי די תלמידים האבן מקבל געווען את פני הקודש מיט ניגוני שמחה און זענען דורך שלום נעמען.


פארנאכטס איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול אינעם קעמפ אויף תפילת מנחה, און דערנאך זיך געוואשן צום סעודת הילולא רבתי פון זקינו די הייליגע קדושת ציון מבאבוב זי"ע, ביי וועלכן עס האבן זיך אנגעזעהן בראש השולחן צענדליגער נכדי בעל ההילולא, וועם דער רבי האט מכבד געווען צו זינגען די ניגוני קודש פונעם בעל הילולא.


הגה"צ אבד"ק באבוב 45 שליט"א האט געמאכט א סיום מסכת און מען האט אויפגעגעבן א פליישיגע סעודה כנהוג, די רבי האט משמיע געווען לענגערע דברות קודש במשנתו הטהורה פונעם בעל ההילולא, און בסוף דבריו ארומגערעט בדברים חוצבים להבות אש איבער די חומר האיסור פון זיך באנוצן מיט די AI סערוויס אן קיין שום היתר כלל.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page