פרייטאג פ' מטות מסעי - כ"ה תמוז תשפ"ג | קול בחצרות
חסידי תולדות אהרן איבער דער גארער וועלט, האבן אויפגענומען מיט אן אומבאשרייבליכער פרייד, די ידיעה איבער די שטארקע פארשריט וואס עס ווערן געמאכט אצינד, זיך צו רוקן נאנטער צום אויפבוי פון דעם נייעם גיגאנטישן ביהמ"ד און צענטער פונקט פאר חסידי תולדות אהרן וואס וועט בעז"ה בקרוב געבויעט ווערן אין ירושלים עיר הקודש צו ערמעגליכן פאר די טויזנטער חסידים פון נאנט און ווייט, מיטצוהאלטן דעם געהויבענע מאמענטן בצל הקודש פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.
די נויט אויפצובויען א נייע בית המדרש זעהט זיך שוין אן א לענגערע צייט, נאכן מאסיוון בליה און וואוקס פונעם ציבור בלי עין הרע, און די שרעקליכע געדרענג וואס הערשט אין בית המדרש וועכע איז שוין לאַנג צר מהכיל צו קענען אקאמאדירן דעם ריזיגן ציבור עדת חסידי תולדות אהרן בפרט ביי די מועדי השנה. טראץ וואס דער ביהמ"ד איז אין די לעצטע יארן שוין עטליכע מאל פארגרעסערט געווארן מיט הערליך - גרויסע פליגלען, וואס האט געהאלפן עטוואס לינדערן דעם מאנגל אין פלאץ אינעם ביהמ"ד הגדול, האט זיך אבער בליץ שנעל ארויסגעשטעלט, אז די נייע פליגלען זענען קוים גענוג נאכצוקומען דעם לאקאלן געברויך פון תושבי ירושלים זעלבסט, וואס אין פאַרשידענע זמנים, ובפרט שיינע שבתים וימים טובים, איז דער ביהמ"ד שוין ווייט נישט גענוג גרויס צו קענען אקאמאדירן דעם ריזיגן ציבור.
האלטענדיג די פלענער אין די הענט האבן די ראשי העסקנים זיך ארויסגעלאזט אין וועג קיין עסטרייך, הרב יוסף קדיש קרישעווסקי מנהל מוסדות תולדות אהרן, הנגיד ר' מרדכי קרויס מראשי העסקנים, און דער מייסטער ארכיטעקט ר' אהרן עסטרייכער אשר ידיו רב לו בבניית בתי מקדש מעט ברחבי תבל.
דאס קומט נאכדעם וואס די הנהלת הקהלה איז אריינגעשפּרונגן אין דעם פרישן מולטי מיליאן-דאָלאַרדיגער אונטערנעמונג, אויפצובויען א ריזן בנין מרכז העולמי דחסידי תולדות אהרן, וואס זאָל ערמעגליכן צו קענען אקאמאדירן די טויזנטער חסידים מיט הרחבת הדעת און מנוחת הנפש. נאכן ארבעטן אויף פארשידענע פערמיטן איז אין די טעג פערטיג געווארן די ערשטע פלענער וויאזוי צוצוטרעטן צום מאסיוון פראיעקט אויפצובויען דעם נייעם גרויסן בית המדרש.
אנקומענדיג קיין עסטרייך איז די חשובע דעלעגאציע אריין אל הקודש פנימה צום מעון הנופש פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, ווי עס איז אפגעהאלטן געווארן א אסיפה וואו מען האט א לענגערע צייט אדורכגעשמועסט אלע פלענער בכובד ראש, די מאסיווע פינאנציעלע שטיצע וואס וועט זיך אויספעלן, און די פונקטליכע דעטאלן ארום דעם בית הגדול והקדוש.
דער רבי שליט"א האט דערביי געוואונטשן ברכות לרוב פאר די עסקנים און חברי וועד קרן הבנין, וועלכע זענען די טעג ווייטער אריינגעטון בעובי הקורה אויסצוארבעטן די ענדגילטיגע פּלענער וואס וועט אי"ה בקרוב באשטעטיגט און פארעפענטליכט ווערן פאר'ן ציבור.
חסידי תולדות אהרן אומעטום קוקן אַרויס מיט שפאַנונג אויף דעם נייעם בנין, און האפן אַז בקרוב וועט מען שוין אָנהייבן און גומר זיין דעם בנין וואס פעלט זיך אזוי קריטיש וויכטיג אויס, וגדול יהיה כבוד הבית הזה האחרון מן הראשון.
Kommentare