top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רבבות ישראל וועלן היינטיגן דאנערשטאג פוקד זיין ציון הרה"ק מבעלזא זי"ע; הכנה דרבה צום צום יארצייט בחצה"ק בעלזא

  • sfbechatzros
  • 13 באוג׳
  • זמן קריאה 2 דקות

מיטוואך פ' עקב • י"ט אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

מיט אן התעוררות דקדושה גרייטן זיך שלומי אמוני ישראל איבער די וועלט ובפרט חסידי בעלזא, אפצוצייכענען די יומא דהילולא קדישא פון האי צדיק וקדוש 'אהרן קדוש השם' דער הייליגער בעלזער רב זי''ע, וואס געפאלט אויס מארגן ליל שישי עקב אור לכ''א אב.


אויף דעם שבת בעפאר די יארצייט האבן שוין טויזנטער חסידים געוויילט בצל הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכע האט לכבוד די יארצייט יורד געוועהן לפני התיבה צו קבלת שבת פרייטאג צונאכטס און תפילות המוספין אינעם גרויסן היכל. מוצאי שבת האבן די חסידים ארויסבאגלייט דעם רב שליט"א מיט ניגוני שמחה למען אריכות ימיו ושנותיו, אפצייכנענדיג גאנצע 59 יאהר זינט יענעם שבת נחמו תשכ"ו וואס דער רב שליט"א האט איבערגענומען די הנהגה נאך קרוב צו צען יאהר וואס בעלזער חסידים זענען געווען פאריתומט, כצאן בלי רועה נאכן הסתלקות פונעם הייליגן בעלזער רב ז"ל.


אין אלע בעלזער בתי מדרשים וועט מען זיך צוזאמקומען אויף סעודות הילולא און מעלה זיין זכרונות פון דעם צדיק תמים ונשגב, וועלכער האט באלויכטן די וועלט מיט זיין קדושה און צדקות. דער צענטראלער סעודת הילולא קומט פאר מארגן דאנערשטאג נאכט אין די זאלן פון בנין ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא. בשעה 9:00 וועט כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אריינקומען צו מעריב אינעם גרויסן היכל, נאכגעפאלגט מיטן עריכת שולחן הטהור און סעודת הילולא רבתי אינעם גרויסן שטוב אין בראשות אדמורי"ם ורבנים, און טויזנטער חסידים ואנשי מעשה מכל קצווי תבל.


אנגעהויבן פון היינט נאכט ערב די הילולא וועלן רבבות אלפי ישראל פוקד זיין דעם ציון קודש הקדשים, עס וועט זיין צוגעשטעלט טראנספארטציע צום ציון הק', די באסעס וועלן ארויספארן פון קרית בעלזא, מארגן דאנערשטאג פון 9:00 ביז 2:00 ביינאכט, און צופרי פון 5:00 פארטאגס ביז 5:30 נאכמיטאג ערב שבת קודש.


צוליב די שווערע היצן אין ארץ ישראל האבן די הנהלה אויפן ציון הק' אינסטאלירט גרויסע עיר קאנדישן מאשינען אפצוקילן די מאסן משתטחים, באזונדער איז לכבוד די הילולא געווארן אהערגעשטעלט און אויסגעברייטערט דער "דרך מהדרין" ארויף צום ציון צו קענען האלטן די גדרי הצניעות ערליך און אויסגעהאלטן. 

ree
ree
ree

תגובות


bottom of page