האד' מגור באפרייט פון שפיטאל בחסדי השם; ווייטערדיגע תפילות צווישן חסידי גור לרפואתו השלימה
- sfbechatzros
- לפני יום 1
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: לפני 20 שעות
מאנטאג פ' כי תצא • ח' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

היינט פארמיטאג איז כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א באפרייט געווארן פון שפיטאל לביתו נאווה קודש, נאכן זיין שפיטאליזירט איבער נאכט ליידנדיג פון א שווערע לונגען אנטצינדונג.
נאכן דורכפירן נאך א פרישע סעריע בדיקות האבן די דאקטוירים באשטעטיגט אז דער רבי שליט"א קען זיך אומקערן אהיים און ווייטער ווערן באהאנדלט מיט שטארקע אנטיביאטיק אויס מורא פון א אינפעקציע, און זיך צוביסלעך ערהוילן, מיטן האפענונג אז דער רבי שליט"א וועט צוריק קומען צו די כוחות און קענען אפרעכטן די ירח האיתנים בתוך קהל ועדה, די טויזנטער חסידים וועלכע קוקן ארויס צו קענען מיטהאלטן די הייליגע תפילות און טישן כמידי שנה בשנה.
דער רבי שליט"א וועט די קומענדיגע טעג נישט ארויסקומען צו די תיפולת אין ביהמ"ד און לעת עתה וועט נישט זיין קיין קבלת קהל, כלל ישראל ווערט געבעטן ווייטער צו דאווענען לרפואתו השלימה, פון מרן יעקב ארי' בן יוטא הענא בתוך שאר חולי ישראל.