דינסטאג פ' שלח - כ"ד סיון תשפ"ג | קול בחצרות

היינט צופרי האט מרן האד' מוויז'ניץ שליט''א אין די פמליה געלאנדעט אין די לוד לופטפעלד בארץ הקודש, תיכף ביים אנקומען האט זיך די רבי געשטעלט דאווענען שחרית אין א זייטיגער שטוב אינעם לופטפעלד. נאכן דאווענען איז די רבי ארויסגעפארן אין וועג קיין עיה''ק ירושלים ווי דער רבי האט מנחם אבל געוועהן ביי די קינדער פון הגה''צ רבי מנחם מענדיל פקשר זצ''ל אב''ד ודומ''ץ וויז'ניץ אין אלעד, די רבי האט זיך דארט אויפגעהאלטן א וויילע אין דאן אויפגעשטעלט די אבלים פון די שבעה.




Comments