top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויזניץ אנגעקומען קיין שווייץ נאך גאנצע צוויי חדשים אין לאס אנדזשעלעס לצרכי רפואה

  • Bechatzros admin
  • 1 במאי
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פרשת טהרה • ג' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש


נאך גאנצע צוויי מאנאטן וואס מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א האט געוויילט אין לאס אנדזשעלעס נאכן אריבערגיין א קאמפליצירטע אפעראציע, איז דער רבי שליט"א די נאכט ארויסגעפארן פון קאליפארניע קיין שווייץ, אויף אן אפשטעל פון עטליכע וואכן זייענדיג אונטערוועגנס אהיים קיין ארץ ישראל. דאס קומט נאך וואס דער רבי האט געזאלט זיך צוריקקערן למעון קדשו אין שיכון וויזניץ אין בני ברק אויף דעם פארלאפענע יום טוב פסח אבער צוליב א שוואכקייט איז דער רבי פארבליבן אויף יום טוב בבית האכסניא פון הרבני הנגיד ר׳ ישראל בנימין איינהארן הי"ו. 


איידערן פארלאזן לאס אנדזשעלעס האט דער רבי באדאנקט דעם בעל האכסניא ר' שמואל בנימין און די בני בית. און ארום 11:00 באנאכט ארטיגע זייגער האט זיך דעם רבינס פריוואטער פליגער געהויבן, אויפן לאנגן וועג קיין שווייץ, א נסיעה פון קרוב צו 12 שעה. צוליב דעם רבינס מצב הבריאות איז מיטגעפארן א דאקטער צו פארזיכערן דאס געזונט און וואוילזיין פונעם רבי׳ן שליט״א. 


לויטן פלאן וועט דער רבי פארבלייבן אויף צוויי וואכן אין די רעזארט שטאט דאוואס אויף מנוחת הנפש, אנהייב וואך פרשת אמור צוויי טעג בעפאר ל"ג בעומר וועט דער רבי זיך ארויסלאזן קיין ארץ ישראל און וועט זיך צוריקקערן לביתו נאווה קודש צו די פרייד פון אלע חסידים.  היינט אויפדערנאכט אויפן אייראפעאישן זייגער האט דער פליגער פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט״א געלאנדעט אויף דער שווייצער באדען, וואו א דעלעגאציע פון פני העיר ציריך ונכבדי החסידים האבן מקבל געוועהן פני קדשו אינעם לופטפעלד, מתוך שמחה וחדוה. ווען דער רבי איז אראפגעקומען פונעם עראפלאן זענען די אידן דורך שלום נעמען, ולעומתם האט דער רבי יעדן צוריק געוואונטשן במאור פנים.


אונטער א פאליצייאישער באגלייטונג איז דער רבי שליט״א און די פמליה אריינגעפארן די רייזע פון צוויי שעה צום אכסניא אין שטאט דאבוס מיטן קאר פון הנגיד ר' שלמה אפריל הי"ו מחשובי חסידי וויזניץ אין ציריך. אנקומענדיג קיין דאבוס האבן שלום גענימען די זעקס בחורים מצוינים פון די ישיבות גדולות דחסידי ויז׳ניץ, פון קרית וויזניץ, בראכפעלד און אלעד, וועלכע זענען אויסגעקליבן געווארן צו זיין א טייל פונעם קביעות מנין פוןנעם רבי'ן וויילנדיג אין שווייץ, און גלייכצייטיג ממשיך זיין זייער סדר יום אויך אינדערפרעמד, דארט אין דאבוס.
















Bình luận


bottom of page