אל ימנע עצמו מן הרחמים: מצב הבריאות פון האד' מתולדות אברהם יצחק שטאביליזירט נאך פלוצימע קריזיס
- sfbechatzros
 - לפני יום 1
 - זמן קריאה 1 דקות
 
זונטאג פ' וירא • י''א חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

א בהלה איז היינט אנטשטאנען אין די הדסה שפיטאל אין ירושלים, ווען כ"ק אדמו''ר מתולדות אברהם יצחק שליט''א איז פלוצלינג אוועקגעפאלן ה"י אין א שווערן געזונט צושטאנד וואס מען האט בחסדי שמים באוויזן צו ברענגען אונטער קאנטראל נאך עטליכע גאר אנגעצויגענע מאמענטן.
די רבי שליט"א וועלכע איז שוין שפיטאליזירט עטליכע טעג צוליב פארשידענע קאמפליקאציעס איז היינט אריבער א פאראויס געפלאנטע פראצעדור לבריאות גופו הטהור. בשעתן פראצעדור האט די רבי פארלוירן דאס באוואוסטזיין שאפנדיג א בהלה און זארג צווישן די דאקטוירים.
ווי נאר די ידיעה האט זיך צושפרייט צווישן די חסידים האט מען זיך צונויפגענומען אויף מניני תהילים אין די בתי מדרשים אויסצובעטן א ישועה פארן רבי'ן שליט"א.
בחסדי שמים ההאט מען קורצליך דערויף באוויזן צוריק צו ברענגען דעם רבי'ן און עטוואס שטאביליזירן דער מצב, נאך לענגערע קריטישע מינוטן וואס די דאקטוירים האבן געקעמפט פארן רבינס לעבן.
ליידער איז דער מצב נאך ווייט פון גוט און מען דארף נאך אסאך רחמי שמים זיך ארויסצוזעהן פון דעם קריזיס. אידישע קינדער זענען ווייטער עומדים בתפלה ובתחנונים מתפלל צו זיין לרפואתו פון דעם צדיק תמים ונשגב האפענדיג אז השי"ת וועט שוינען דעם דור און שענקן א גענצליכע רפואה פאר'ן רבי'ן שליט"א מרן שמואל יעקב בן יענטא להחזיקו ולהחיותו.



