אורה זו תורה: היסטארישער "מזומנים בחינה" במעמד האדמור"ים מגור און וויזניץ פארגעקומען אין מושב אורה
- sfbechatzros
- לפני 22 דקות
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' עקב • י"ז אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט:JDN
א גאר התרגשות'דיגע מעמד "אורה זו תורה" איז פארגעקומען פאריגן דאנערשטאג אין מושב אורה בגלילות ירושלים, ווען הונדערטער תלמידי הישיבות הקדושות דחסידי גור האבן זיך צוזאמגענומען אין א זאל במקום הנופש פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, אויף א פארהער פון הונדערטער בלעטער גמרא אין ראם פון "מזומנים בידו". די מעמד איז באשיינט געווארן דורך די צוויי רועי ישראל כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, און ידידו וריעו מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א.
אין די נאכמיטאג שעה'ן האבן די אריבער טויזנט בחורי חמד זיך פארזאמלט אינעם זאל, ווען אין די זעלבע צייט איז כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך אין די אכסניא פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וואו די רבי'ס האבן זיך פארשפארט ביחידות פאר ארום 15 מינוט, און ממתיק סוד שיח געווען בעניני השעה העומדים על הפרק.
נאכן באזוך זענען ביידע אדמורי"ם ארויסגעפארן אינאיינעם אינעם קאר פונעם גערער רבי'ן שליט"א צום מעמד. הרב ישראל יעקב מרגליות מנהל מפעל מזומנים בידו האט געעפענט די מעמד און מכבד געווען די בחונים צו פארהערן די בחורים, ווען צום ערשט האט מען פארהערט די בחורים מצטיינים וועלכער האבן זיך פארהערט אויף טויזנט בלעטער און ארויף.
די וויזניצער רבי שליט"א האט מיטגעהאלטן דעם ערשטן טייל פון די בחינה שעפענדיג גרויס הנאה דקדושה און התפעלות פון די געוואלדיגע ידיעות און בקיאות, און זיך באקענט פונדערנאנט מיט די "מזומנים" תורה-רעוואלוציע בחצר הקודש גור. דערנאך האבן זיך די אדמורי"ם געזעגענט לשלום ברוב ברכות.
כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א האט מיטגעהאלטן די פארהער פאר גאנצע צוויי שעה און ארויסגעוויזן א אויסטערלישע קורת רוח, ספעציעל ווען די רבי שליט"א זעלבסט האט געענפערט אויף איינע פון די שאלות, וואס בנו הרה"צ רבי נחמי' אלתר האט איבערגעזאגט אויפן מייק פארן ציבור הנבחנים. צום הויכפונקט האט דער רבי שליט"א משמיע געווען מברכות קדשו לרוב פאר אלע לומדים אויף ווייטערדיגע הצלחה בקנין התורה, בריאות און הצלחה אין אלע ענינים, ויענו כל העם יחדיו אמן ואמן.
דאן האבן די אריבער טויזנט בחורים געהאט די זכיה דורכצוגיין אל מול פני הקודש, בשעת דעם רבינס קינדער האבן בנוכחותו פון רבי'ן פארטיילט עפליך פאר יעדן בחור, און דערנאך האט דער רבי שליט"א פארטיילט עפליך פאר די עסקנים פון מזומנים, צווישן זיי עטליכע אייניקלעך פונעם רבי'ן, אזוי אויך פאר עטליכע אייניקלעך וועלכע האבן זיך געשטעלט צום פארהער.





