top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

נגידי ראחמיסטריווקא לעבן מיט שעות של תענוג רוחני ביי רייכע ויעדה יחידי סגולה אין קאנעריקוט

זונטאג פ' כי תשא • ט' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יוסי גאלדבערגער, JDN


די קרוב צו צוויי הונדערט נדיבי עם קודש תומכי ממלכת התורה ראחמיסטריווקא האבן פארלאפענעם וואך געהאט די זכיה מסיב צו זיין על שולחן המלך ביים גייסטרייכע ועידת יחידי סגולה אין שפיץ פון כ"ק האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א וועלכער האט זיך ספעציעל מטריח געווען און איז געקומען צופארן צו באשיינען די מעמד מיט די קרואי מועד.


די רייכע ועידה איז אפגעראכטן געווארן אויף א געהויבענע פארנעם אין די פראכטפולע ארמון האטעל אין סטעמפארד קאנעריקוט, מיט גרויס פראכט איז דער זאל  צוגערישט געווארן גאר הערליך און עלעגאנט כראוי וכיאות פאר די חשובע נדיבי לב וועלכע קומען אקעגן דעם רבי'ן שליט"א מיט אזא ברען און ווארעמקייט לטובת די הייליגע מוסדות, און איבערהויפט די ישיבה הקדושה מאור עיניים בעיר השם שמה, דערביי איז סערווירט געווארן א סעודה רחבה כיד המלך פאר די געלאדנטע נגידים בעם, וועלכע האבן אין א דערהויבענע שטימונג מיטגעהאלטן דעם מעמד ביי וועלכן דער רבי שליט"א האט מפאר געווען בראש במאור פנים, בשעות של קורת רוח והנאה פאר אלע משתתפים.


די בארימטער טשערמאן הרה"ח ר' מאיר מרדכי בערקאוויטש שליט"א פון מאנסי האט אנגעפירט די מעמד בנועם אמרותיו און האט מיט פאסיגע דברי פתיחה געעפענט די מעמד, ארויסהייבנדיג די זכי' עילאה צו שטיין לימין קדשו פון רבי'ן שליט"א לטובת הישיבה. קורצליך דערויף האט מען געהאט די זכיה לקבל את פני הקודש בשירה וזמרה. העסקן הדגול ראש וראשון לכל קדשי בית ראחמיסטריווקא הרב אברהם סלאנים הי"ו האט מסיים געוועהן א מסכתא, און דער רבי שליט"א האט זיך דערביי געוואשן צום סעודת מצווה.


דערנאך האט מען געהערט גאר א הארציגע דרשה פון הרבני הנגיד רבי ישראל אורזעל הי"ו מגדולי תומכי המוסדות, און דעם דבר הישיבה פון הנגיד החסיד ר' יחיאל מיכל טויבער הי"ו מחשובי החסידים אין מאנסי, וואס האט ארויסגעהויבן די ישיבה הקדושה מאור עיניים וואס איז פון די שענסטע תורה אימפעריע'ס אין די חסידישע וועלט, און האט שוין ארויסגעגעבן הערליכע פירות דאראונטער פילע מרביצי תורה ומורי הוראה בישראל.


אלס נואם הכבוד האט אויפגעטרעטן דער פה מפיק מרגליות הרה"ג ר' מרדכי שיף בן הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א, וואס האט געהאלטן געשפאנט אלע פארזאמלטע, בגודל מעלת החזקת תורה, בסיום המעמד האט מען איבערגעגעבן פארן רבי'ן שליט"א א ספעציעלער כוללות קוויטל מיט די נעמען פון אלע משתתפי המסיבה, וואו דער רבי האט בקול רם געליינט אלע נעמען אויפן מייק, און דערביי אנגעוונטשן לענגערע ברכת הקודש פאר אלע תומכים ונדיבי לב.


צום שלוס פונעם אווענט זענען אלע משתתפים דורך אל מול פני הקודש ערהאלטן א ספעציעלע מזכרת אויף א קלף מיטן רבינס אונטערשריפט חתימת יד קדשו, כאות הוקרה והערכה אויף זייערע פאנטאסטישע נדבות, און דער רבי שליט"א האט יעדן באזונדער אנגעוואונטשן איש איש אשר כברכתו ברך אותם.



Opmerkingen


bottom of page