שיינעם באזוך פון האד' מסאטמאר אין מחנה סאטמאר בארא פארק שליסט געלונגענעם זומער סעזאן
- sfbechatzros
- לפני שעתיים
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' כי תצא • י' אלול תשפ"ה | בחצרות הקודש

צום שלוס פונעם געלונגענעם זומער סעזאן האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א אפגעראכטן א געהויבענעם באזוך אין מחנה סאטמאר בארא פארק וואו דער רבי האט פארן דאווענען געלייגט תפילין פאר הבחור הבר מצוה זוהן פון הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו, בונה ומקים מוסדות סאטמאר אין בארא פארק זוהן פון הרה"ח ר' משה פריעדמאן הי"ו משב"ק אדמור"י בית סאטמאר. נאכן דאווענען איז אפגעהאלטן געווארן דער מעמד קבלת פנים לכבודו פון רבי'ן וועלכע האט משמיע געוועהן דברות קודש פאר די תלמידי המוסדות.
גלייכצייטג איז פארגעקומען די מעמד חנוכת הבית פארן "בנין אברהם משה ווערצבערגער" אינעם קעמפ, נדבת הרבני הנגיד ר' ליפא פריעדמאן הי"ו, וואו דער רבי האט באשיינט בראש המסובים און משמיע געוועהן דברי ברכה לכבוד העם הנאספים.























































