האד' מסאטמאר באזוכט מלאכת הבני' ביי גיגאנטישע בנין הת"ת עטרת יואל ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג
- Bechatzros admin
- 26 במרץ
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 26 במרץ
מיטוואך פ' פקודי • כ''ו אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט נעכטן נאכמיטאג אפגעשטאט א באזוך אינעם גיגאנטישן בנין הת"ת עטרת יואל ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג, וואו מ'האט נארוואס פארענדיגט ארויפצוציען די סטרוקטור פון די פרישע דריי שטאק צו קענען אקאמאדירן דעם וואוקס פון תלמידי המוסדות, פאר וועלכן די הנהלה האט אונטערגענומען דעם גראנדיזען חמישים מיליאן קאמפיין צו קענען דעקן די אסטראנאמישע 50 מיליאן דאלער פאר הרחבת גבולי הקדושה פון דריי פרישע בנינים אדירים לתורה וליראה.
דער רבי שליט"א האט זיך אומגעקוקט אויף די אינטענסיווע מלאכת הבני', און דערביי אויך געהערט א פונקטליכן רעפארט איבער די צוקונפטיגע פלענער און קאנסטראקציע פלאן פונעם קאנטראקטאר ר' חיים מאיר פוקס הי"ו און פון די חשובע חברי הנהלה שיחיו. צום סוף האט דער רבי אנגעוואונטשן ברכת קדשו: מ'זאל וואס שנעלער זוכה זיין לברך על המוגמר און עס באנייען אין א מזל'דיגע שעה.

















תגובות