אומפארגעסליכע שבת בקורות בעלזא אמעריקא מיט אורח הדגול הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא
- Bechatzros admin
- 10 במרץ
- זמן קריאה 3 דקות
עודכן: 10 במרץ
מאנטאג פ' כי תשא • י' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש

אלפי חסידי בעלזא דרי ניו יארק זענען נאך אונטערן רישומא דקדושה נאכן מיטלעבן א שבת מעין עולם הבא וואס איז אפגעראכטן געווארן דעם שבת תצוה-זכור בראשות דעם אורח הדגול הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א וואס איז געקומען צו פארן בשליחות אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א לעשות את השבת פאר עדת חסידי בעלזא איבער גרעיטער ניו יארק.
נאך "צען יאר" זינט דעם לעצטן שבת וואס רבי אהרן מרדכי האט געפראוועט בראש קהל חסידי בעלזא אין ניו יארק, האט מען ווידער זוכה געוועהן ליהנות מאורו הבהיר און זיך ווארעמען ביי די לעכטיגע תפילות און סעודות אין שפיץ פונעם חשובן גאסט.
דער גאנצע סידורו של שבת איז פארגעקומען אין די גיגאנטישער זאלן פון די בעלזער תלמוד תורה וואס איז געווארן
אויסגעשטאט מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס אויף אלע זייטן צו אקאמאדירן דעם ציבור האלפים. אלע 15 שטיבלעך דחסידי בעלזא ברחבי בארא פארק דענען אויף דעם שבת געוועהן געשלאסן, כולם נקבצו באו זיך מסתופף זיין בצלו פונעם אורח הדגול. עס זענען געווען צוגעגרייט באשטימטע פלעצער פאר עלטערער אידן און מיטליעריגע אידן, און ביי די זייטן אויף די פארענטשעס זענען געשטאנען די פילע אינגעלייט, בחורים און פרחי צאן קדשים.
מנחה ערב שבת האט געדאווענט הרב חיים מאיר רוקח, און צו קבלת שבת האט הרה"צ רבי אהרן מרדכי יורד געוועהן לפני התיבה. נאכן דאווענען איז דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים דורך זאגן א גוט שבת וואס האט געדויערט א לענגערע צייט.
די סעודת שבת האט דער גאסט געגעסן אין איינע פון די כיתות אינעם בנין התלמוד תורה וואו עס האבן מיטגעגעסן אלע מנהלי המוסדות, אריינגערעכנט די ישיבות, תלמוד תורה און בית מלכה, וועלכע האבן געהאט די געלעגנהייט צו הערן הדרכות ישרות און אנפרעגן שאלות בעניני חינוך והמסתעף אויף וואס הרב אהרן מרדכי האט געענפערט און אויסגעשמועסט בטוב טעם.
ארום 11:30 איז הרה"צ שליט"א ערשינען צום באטע אינעם זאל וואס איז געוועהן מלא וגדוש עד אפס מקום ועל צבאם האבן זיך אנגעזעהן די חשוב'ע דייני הקהלה פון די שטאט, מען האט געזונגען די זמירות שבת וואו עס נהוג אין בעלזא, הרה"צ רבי אהרן מרדכי האט געזאגט תורה און דערנאך מכבד געוועהן עטליכע פון די דיינים צו זאגן דברי תורה מעניני הפרשה. נאכן באטע האט מען אהיימבאגלייט דעם גאסט בשירה וזמרה ביז צום אכסניא.
ביים דאווענען שבת אינדערפרי האט זיך ווידער אנגעזעהן אן אנלויפעניש פון אלע עקן שטאט, הרה"צ רבי אהרן מרדכי האט עולה געוועהן שישי און האט געדאווענט מוסף פארן עמוד. ביים סעודה שבת באטאג האבן מיטגעגעסן אלע דיינים און משפיעים אין די קהילה, וואו הרה"צ רבי אהרן מרדכי האט משמיע געוועהן יסודות'דיגע דברי חיזוק און הדרכה.
דער קלימאקס פונעם שבת איז געווען דער געהויבענער שלש סעודות וואס איז אפגעראכטן געווארן אויפ'ן בעלזער שטייגער. נאך מנחה האט הרה"צ זיך געוואשן און אויפגעשניטן די חלה פון וואס מען האט אראפגעשיקט פאר די דייני ומשפיע הקהלה און פאר די עסקני הקהלה והמוסדות און עסקני השבת, מען האט אריינגעברענגט די מאכלים, דערנאך האט הרה"צ פארגעזאגט 'יצוה צור חסדו' און 'מזמור לדוד' און מען האט געזינגען אלע זמירות כנוסח בעלזא.
רבי אהרן מרדכי האט געבענטשט אויפ'ן כוס און נאכ'ן זמן ר"ת האט הרה"צ משמיע געווען אויפ'ן מייק לענגערע דברי התעוררות און דברי מוסר בענינים הצריכים חיזוק, באגלייט מיט דברי הכנה צו די הייליגע טעג פון פורים, ער האט מסיים געווען מיט ווארימע ברכות לכל קהלא קדישא הדין. עס האט דאן אויפגעטרעטן מיט א דרשה דער מגיד מפורסם הרה"ג ר' מרדכי שיף שליט"א זוהן פון הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען שליט"א, און מען האט געהערט שיינע חרוזין דורך איינע פון די אינגעלייט.
דערנאך האט מען געדאווענט מעריב, נאך מעריב האט הרה"צ געמאכט הבדלה, מען האט געזינגען 'המבדיל' און דער גאנצער ציבור האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן טאנץ מיט ניגוני יום טוב פורים, נאכדעם איז דער גאנצער ציבור אריבערגעגאנגען וואונטשן א גוטע וואך, און מען איז ארויס אויפ'ן גאס צו קידוש לבנה.
דער שבת מרומם האט זיך געשלאסן מיטן מעמד הבאגלייטן, וואו מאסן חסידים האבן בכבוד מלכים אהיימבאגלייט דעם גאסט צום אכסניא, בתופים ומחולות אויף די גאסן פון בארא פארק, אנקומענדיג צום אכסניא איז הרה"צ רבי אהרן מרדכי ארויסגעקומען אויף טעראסע און געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור, מען האט ממשיך געוועהן די ריקודין א לענגערע צייט, זייענדיג נאך אונטערן איינדרוק פון אזא געהויבענעם שבת וואס וועט אויף לאנג געדענקט ווערן.

































תגובות