top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ שיקט פערזענליכן בריוו צו כ"ק אדמו״ר מסאטמאר שליט״א

  • Bechatzros admin
  • 29 ביולי
  • זמן קריאה 1 דקות

עודכן: 29 ביולי

דינסטאג פ' דברים • ד' אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

אין די יעצטיגע טעג איז פארעפנטליכט געווארן די נייעס איבער א העכסט היסטארישער בריוו וואס דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ האט פעזענליך אפגעשיקט צו כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, דער בריוו איז אנגעקומען צום מקום הנופש פונעם רבי'ן אין ניו העמפשיר און איז אונטערגעשריבן דורכן פרעזידענט זעלבסט.


אין די בריוו אדרעסירט דירעקט צום רבי׳ן טוט דער פרעזידענט באדאנקן דעם רבי׳ן פאר זיינע פילע אויפטוהען פאר די אידישע געמיינדע אין אמעריקע און איבער די וועלט, דער פרעזידענט פארשפרעכט ווייטער צו באקעמפן אנטיסעמיטיזם, און קענען ריכטיג שיצן און קעמפן פאר'ן וואוילזיין פון אידן אין אמעריקא, ביים ענדע פונעם בריוו טוט דער פרעזידענט קאנגראטולירן דעם רבי׳ן לכבוד עטליכע שמחות במעונו.


דאס קומט אין נאכפאלג פון די אפיציעלע איינלאדענונג וואס דער סאטמארער רבי האט ערהאלטן פונעם ווייסן הויז, אויף א היסטארישן אויפנאמע ביים אמעריקאנעם פרעזידענט טראמפ, די באגעגעניש האט געזאלט פארקומען אין חודש פעברואר למספרם און איז צוליב טעכנישע סיבות אפגעשטופט געווארן אויף דעם ענדע זומער מיטן אויבערשטנס הילף.

תגובות


bottom of page