top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מצאנז פראקלאמירט 'אין מתייצבין בלשכת הגיוס'; קרן הצלה אוועקגעשטעלט פאר ישיבות און כוללים דחסידי צאנז

מאנטאג פ' בלק • ט' תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: משה גאלדשטיין

 

טויזענטער חסידי צאנז זענען זיך צוזאמגעקומען נעכטן זונטאג אין קרית צאנז נתני' ביים סעודת הילולא רבתי לרגל דעם דרייסיגסטן יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק דער בעל שפע חיים מצאנז קלויזנבורג זי"ע בצל הקודש פון בנו הגדול ממשיך דרכו בקודש כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א, ווי דער רבי שליט"א האט דערביי אויפגעשטורעמט דעם ציבור לאלפים מיט דברים חוצבים להבות אש בענינים העומדים על הפרק און קלארגעשטעלט אז "עס איז אן איסור חמור זיך צו שטעלן צום לשכת הגיוס בלי שום יוצא מן הכלל", און דערביי געגרינדעט א קרן הצלה וואו יעדער חסיד זאל ביישטייערן לטובת די מוסדות הקדושים וואס שטייען ביים שוועל פון צוזאמבראך.


דער ריזיגער יארצייט טיש האט זיך אנגעהויבן ווען טויזענטער חסידים האבן געשטראמט פון איבעראל קיין קרית צאנז אנטיילצונעמען ביים צענטראלן סעודת הילולא באתא דמר. דער פילקעפיגער ציבור האט זיך געוואשן צום סעודת הילולא תיכף דערנאך וואס דער רבי שליט"א האט זיך געוואשן, און אויפגעטראטן מיט די צענטראלע דברות קודש און הדרכת השנה, ווי דער רבי שליט"א האט קודם ארומגערעדט בפלפולא דאורייתא במשנתו פונעם הייליגן בעל ההילולא זי"ע, ווען דערנאך האט דער רבי שליט"א אנגעהויבן ארומצורעדן פון די יסודות האמונה אינעם בוכ"ע שטייענדיג אין אזא שווערע תקופה מיט אומגליקן און טראגעדיע'ס טאג טעגליך.


דער רבי שליט"א האט בקול נהי דערמאנט די שווערע מלחמה וואס האט אויסגעבראכן אום שמחת תורה וואס איז געפאלן אום שבת קודש, דער רבי האט דאן מלמד זכות געווען אויף די אידישע נשמות וואס בלאנדזשענען זאגנדיג: אז רובא דרובא פון כלל ישראל זענען מאמינים בה' ובתורתו, נאכדערצו ווען עס פאסירט א אומגליק קען מען באמערקן ווי יעדער זוכט דעם פינטל פון אמונה און אידישקייט. אנדערש איז אבער מיט די רודפי התורה וואס זייער אפשטאם איז בכלל נישט פון אידן נאר זיי זענען פון די ערב רב וואס האבן זיך אויסגעמישט מיט כלל ישראל.


דאן האט די רבי שליט"א גערעדט אפן קעגן די מדינות ישראל בג"ץ וואס זיי רודפ'ן די לומדי תורה אז זיי זענען נישט מזרע ישראל נאר זיי זענען די ערב רב פון כלל ישראל וואס מען טאר נישט האבן מיט זיי קיין שום בארירונג. די רבי שליט"א האט אויסגערופן בקול גדול אז מיר שטייען יעצט 'בשעת השמד' וואס מען איז זיך מחויב זיך מוסר נפש צו זיין אפילו אויף א מנהג קל, און קלארגעשטעלט אז ק"ק צאנז זענען זיך מצרף צו די רוף פון די גדולי התורה וראשי הישיבות וואס האבן שוין פעסגעשטעלט אז קיין איין בחור טאר זיך נישט שטעלן צום "לשכת הגיוס" פונעם טמא'נעם צה"ל, ניטאמאל צו באקומען א פטור, אפגערעדט פאר א דיחוי.


דער רבי שליט"א האט דערביי אוועקגעשטעלט דעם קרן הצלה פאר די מוסדות און כוללים, צו שאפן די ריזיגע געלטער למען קיום התורה, דערנאך האט דער רבי שליט"א זיך געוואנדן צו די חסידים מיט א קול זעקה, אז יעדער זאל זיך זען אנצושליסן מיט ברייטהארציגע נתינות פאר די קיום התורה זאגנדיג אז מיר דארפן אויפהייבן א פאן און אויסרופן מי לה' אלי, די רבי האט פעסגעשטעלט: אז מיר שטייען קעגן די רשעים פעלזן פעסט און מיר וועלן זיך נישט בייגן צו זייער זייט. צום שלוס האט דער רבי אויסגערופן אז יעדער צאנזער חסיד זאל זען זיך אנצושטרענגן פאר דעם 'קרן הצלה' מיט א מינימאלע סכום פון צוועלף הונדערט שקל.


ביים סוף פון די סעודת הילולא האט מען אויסגערופן צענדליגער בחורים וואס האבן זוכה געווען לעמוד על המבחן פון טויזנט בלאט גמרא רש"י תוס' און ארויף. דער רבי שליט"א האט דערביי אויסגעטיילט הערליכע תעודות פאר די מצטיינים ווי יעדער בחור איז באקרוינט געווארן מיטן טיטל מורינו.



Comments


bottom of page