top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מתולדות אברהם יצחק אריינגעפירט אין שפיטאל וויילנדיג אין ניו יארק

מיטוואך פ' ואתחנן • י' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש‎

 

כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א, וואס איז צוגאסט די טעג אין ניו יארק - איז די נאכט אפגעפירט געווארן אין שפיטאל זייענדיג שטארק אפגעשוואכט און נאכן זיך מוטשען מיטן אטעם. די רבי שליט"א איז שוין די לעצטע טעג געוועהן היבש שוואך זייענדיג אפגעמוטשעט נאכן טלטול הדרך פונעם לאנגע רייזע קיין ניו יארק, די חולשה האט גובר געוועהן נעכטן מוצאי תשעה באב ווארשיינדליך נאכן זיך אנשטרענגען מיט די עבודת הקודש וואס די רבי האט אפגעראכטן די לעצטע מעת לעת למעלה מכוחותיו.


ארום צוויי אזייגער באנאכט האט די רבי אנגעהויבן נישט גוט שפירן און צוגאב צו שוועריגקייטן מיטן אטעם. די הצלה האבן באלד אריינגענימען דעם רבי'ן שליט"א צו די מאונט סיני שפיטאל אין מאנהעטן וואו דער רבי איז אין לויף פון די נאכט אדורך פארשידענע אונטערזוכונגען. די דאקטוירים געבן האפענונג אז מען זאל נאך היינט קענען באפרייען דעם רבי'ן פון שפיטאל אויב אלעס וועט גיין כשורה, דער ציבור איז מתפלל לרפאותו השלימה פונעם רבי'ן שליט"א, מרן שמואל יעקב בן יענטא לבריאות השלימות.

Comments


bottom of page