הונדערטער ראשי הישיבות ומנהיגי עולם התורה וועלן זיך מאביליזירן פארנט פון "טורמע 10" אפצושרייען דעם גזירת הגיוס
- sfbechatzros
- 13 באוג׳
- זמן קריאה 2 דקות
דינסטאג פ' עקב • י"ח אב תשפ"ה | בחצרות הקודש

מיט א פלאם פייער למען תורתינו הקדושה לא נחשה טוען זיך הונדערטער ראשי ישיבות פון אלע שיכטן און קרייזן מאביליזירן ארויסצוקומען דעם קומענדיגן דאנערשטאג צום מילעטרישע טורמע 10 און אויסשרייען דעם קול זעקה קעגן די ביטערע גזירת הגיוס וואס שוועבט אויפ'ן עולם התורה אין ארץ ישראל, און איז ארויף א שטאפל מיט די אררעסט פון עטליכע בני תורה פארן איינציגן חטא פון נישט רעקורטירן צום מיליטער.
צוריק מיט צוויי וואכן איז אפגעהאלטן געווארן א גרויסע כינוס ראשי הישיבות אין בני ברק אין שפיץ פון מרנן ורבנן גדולי ומאורי הדור שליט"א פון די ליטווישע קרייזן וואו מען האט פה אחד קלארגעשטעלט אז דאס יהדות החרדית וועט נישט פארשווייגן סיי וועלכע פראוו צו פוגע זיין אין די בני הישיבות און עמלי התורה, און כל הגולה כמדורת אש וועט זיך פאראייניגן אויף א מלחמת קיום.
אצינד ווען די גזירה איז פאקטיש אריין אין קראפט ווען עס זענען ארעסטירט געווארן עטליכע תלמידי ישיבות וואס זייער איינציגע זינד איז אז זיי זענען בני ישיבות און ווילן זיצן און לערנען און היטן תורה און מצוות, א מציאות וואס איז נישט געהערט געווארן כמעט זינט די גזירות פון רומי און יוון, אז אידן ווערן אייגעזעצט אין טורמע פארן לערנען תורה, און באדייט א מלחמה גלויה קעגן דעם עולם התורה, האבן די גדולי ראשי הישיבות מנהיגי עולם התורה באשטימט איבער א ריזן עצרת תפילה וזעקה בשערי בית האסורים ביי וועלכן עס וועלן אנטייל נעמען הונדערטער ראשי ישיבות פון אלע שיכטן און קרייזן אויסצושרייען מסוף העולם ועד סופו א קול זעקה ומרה קעגן די רשעי הציונים וואס זוכן רח"ל עוקר צו זיין די תורה הקדושה.
בראש העצרת וועלן שטיין די גדולי ראשי הישיבות הגאון האדיר רבי דוב לאנדא שליט"א, הגאון האדיר רבי משה הלל הירש ראשי ישיבת סלאבאדקע, הגאון רבי אברהם סאלים שליט"א און נאך. צוליב די שווערע היצן וואס הערשט אין די טעג אין ארץ ישראל איז די עצרת באשטימט געווארן אויף די נאכט שעה'ן ארום ניין אזייגער, ווי מ'וועט זאגן מזמורי תהילים און מתפלל זיין פארן בורא כל עולמים אז לא ינוח שבט הרשע על גורל הצדיקים, און דער קול תורה זאל ווייטער אנגיין בארצינו הקדושה אן קיין חשש און מורא, ותורה מגינא ומצלא.
תגובות