מאנטאג חיי שרה • י"ז חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש
מטעם מרכז מוסדות בעלזא בארה"ק איז נארוואס געמאלדן געווארן די בשורה נרגשת איבער אן ערשטמאליגע מסע רוממה צום עיר הקודש קערעסטיר, געווידמעט אויסשליסליך פאר די ראשי נדיבים בעם פון אמעריקע, בונים ומקימים עולמות של תורה וחינוך אין די הייליגע אימפעריע פון מוסדות בעלזא, וועלכע וועלן האבן די זעלטענע זכי' צו פראווען ימי אורה וישועה ביים פועל ישועות בקרב הארץ הרה"ק רבי ישעי'לע מקערעסטיר זי"ע בראשות הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א מבעלזא.
די מסע הקודש וועט פארמירן א צונויפטרעף פון די געשעצטע מחזיקי תורה וואס ווערן באקרוינט מיט'ן עטרת "נושאי הממלכה", דורכ'ן ארויסשטיין אלס סאמע גרעסטע תורמים און נושאים בעול פון די בעלזא מוסדות בארה"ק, און וועלן יעצט אפהאלטן געהויבענע ימי ועידה אין שטאט קערעסטיר, אראנדזשירט דורך די הנהלת מרכז מוסדות בעלזא, אינאיינעם מיט די חברי הנהלת המוסדות אין אמעריקע.
די מלכות'דיגע נסיעה און ימי ועידה וועט אפגעהאלטן ווערן דעם קומענדיגן מיטוואך און דאנערשטאג תולדות, ווען אינעם הויכפונקט וועט אפגעראכטן ווערן א מעמד אדיר ונשגב "בקשת רחמים" ביים ציון הק' פון רבי ישעי'לע זי"ע, וואו די ראשי הנדיבים בממלכת בעלזא וועלן דינען אלס שלוחים נאמנים פון כלל בית בעלזא, מתפלל צו זיין און איינריסן פאר די הצלחה פון בית בעלזא און די מוסדות הקדושים, און לזכותו פונעם מנהיג העדה ורועה נאמן כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, און צוגלייך מתפלל זיין פאר שמירת כלל ישראל איבער די גאנצע וועלט, ובפרט אין ארה"ק וואו מ'איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים.
נאכדעם וואס די עסקנים האבן אריינגעטראגן פאר'ן בעלזער רבי'ן שליט"א די פלענער פון די נסיעה, האט דער רבי שליט"א מיט גרויס התרגשות מאציל געווען ברכת קדשו און ווארעמע הסכמה פאר די נסיעה.
Comments