top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' רבי רפאל אבוחצירא לאדענט האד' מסאטמאר קיין אתרא קדישא מירון

דינסטאג פ' וארא • כ"א טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

פארלאפענעם וואך איז אריבערגעקומען אויף א באזוך בביתו נאווה קודש פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, האדמו"ר רבי רפאל אבוחצירא שליט"א, וואו עס איז אויך אנוועזנד געווען דעם רבינס חברותא הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אב"ד ראשית חכמה מאנטריאל, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה און איבער זכרונות פון די באזוכן פון רבי'ן שליט"א אין מירון ווי דער מקובל שליט"א האט צוגעשטעלט זיין ביהמ"ד און דירה אלס אכסניא פארן רבי'ן שליט"א און דערביי געלאדענט דעם רבי'ן שליט"א קיין מירון, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו און געגעבן ספרו לב אהרן פארן רב שליט"א.




bottom of page