top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רחמים שאלו: מצב ביי האד' מסקולען גאר קריטיש; מניני תהילים אין אלע סקולענער בתי מדרשים

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 3 בספט׳ 2024
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג פ' שופטים • ל' אב תשפ"ד | בחצרות הקודש

ree

אפילו חרב חדה מונחת על צווארו של אדם אל ימנע עצמו מן הרחמים: יעצט נאכמיטאג איז אנטשטאנען א דראסטישע פארערעגרונג אינעם מצב הבריאות ביי כ''ק האדמו''ר מסקולען שליט''א און דאקטוירים האבן ווידער דערקלערט די מצב אלס 'קריטיש'.


ליידער איז היינט אדורך גאר אן שווערן טאג אין שפיטאל סיי לגבי די אינפעקציעס און סיי לגבי די שוואכקייט ביים רבי'ן שליט"א וואס ווערט ליידער ערגער פון טאג צו טאג, די דאקטורים זענען זייער נישט צופרידן פונעם מצב און זאגן אז מען איז אנגעוויזן אויף גרויס רחמים שמים אז דער רבי זאל זיך ארויסזעהן פונעם יעצטיגן מצב. אין אלע סקולענער בתי מדרשים קומט מען זיך יעצט צוזאם אויף מניני תהילים, און אידן בכל מקומות שהם רייסן איין וועלטן לרפואתו השלימה פונעם רבי'ן שליט"א, מרן ישעי' יעקב בן רייזל בתוך שאר חולי ישראל.

תגובות


bottom of page