top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רבבות אידן פראווען יארצייט פון הרה"ק בעל ה"בת עין" זי"ע בצל הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א

מוצאי שבת פ' וישלח • י"ג כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: שוקי לרר

 

טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן זענען זיך פארלפאנעם ליל שישי צוזאמגעקומען ביי די גרויסע סעודת הילולא און התוועדות לרגל די יומא דהילולא קדישא פון הרה"ק רבי אברהם דב מאווריטש זי"ע בעל ה"בת עין", וועלכער ליגט אויפן אור אלטן בית החיים אין עיר הקודש צפת, במקום אשר ישועות בו מקיפות.


דער גרויסער צוזאמקום ווערט אנגעפירט יאר יערליך דורכ'ן וועלט בארימטן משפּיע הגאון הצדיק רבי אברהם אלימלך בידערמאן שליט"א פון לעלוב, וועלכער האט מפרסם געוועהן אור צדקתו וקדשותו פונעם בעל ההילולא איבער די גאנצע וועלט.


היי יאר איז אויסגעפאלן די יארצייט טאג, ערב שב"ק י"ב כסלו, ווען ליל שישי בליל ההילולא איז געפראוועט געווארן די גרויסארטיגע סעודת ההילולא אין עיה"ק ירושלים, באסעס זענען ארויסגעפארן פון איבער'ן גאנצן לאנד הכל מעלין ירושלים, צו קענען מיטהאלטן דעם הייליגן מעמד התוועדות והתעוררות, וואו עס האט זיך טאקע אנגעזען א שטראם פון מאסן טויזנטער אידן זקנים עם נערים, און בפרט טויזנטער בחורי הישיבות וועלכע קוקן ארויס א גאנץ יאר צו דעם געהויבענעם נאכט, זיך אנציווארעמען בדרכי הצדיקים, און פארברענגען אינאיינעם לענגערע שעות בדברי תורה וחסידות אין א העכערע אטמאספערע.


אין לויף פון דער גרויסארטיגער "סעודת ההילולא" האט דער חשוב'ער משפיע שליט"א משמיע געוועהן דברי חיזוק באמונה ובטחון און התעוררות בשמירת עיניים און ארומגערעדט בגודל קדושת הזמן, און דערציילט ערשט האנטיגע עובדות פון ישועות וואס אידן זענען געהאלפן געווארן בזכות אותו צדיק, און דערביי מעורר געווען איבער ישועות וואס כלל ישראל איז געוואנדן אין דעם תקופה, דער משפיע האט אויך געבעטן פונעם ציבור מעורר צו זיין רחמי שמים פאר געוויסע אידן וואס זענען מצפים לישועה, און דערמאנט די שווערע טראגעדיעס וואס כלל ישראל גייט אריבער, ועל כולם די שוידערליכע טראגעדיע אין מאראקא, וואו פינף אידן תושבי עיה"ק צפת, אתרא דמר, זענען ל"ע אומגעקומען אין א שרעקליכע קאר עקסידענט.


ומה נהדר היה המראה, מיטהאלטנדיג די הייליגע ריקודין ביראה עילאה פון אזויפיל טויזנטער אידן, ברשפי אש שלהבת קה מיט א גאר געהויבענעם התרוממות הנפש, די טענץ האט אנגעהאלטן ביז שפעט ביינאכט.


כחצות הלילה האט מען צוגעטראטן צום געהויבענעם מעמד תפילת רבים, ווען די משפיע האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת סליחות בהשתפכות הנפש מיט גרויס התעוררות דקדושה, דערנאך האט מען געזאגט פרקי תהילים נאכגעפאלגט מיט תקיעת שופר קבלת עול מלכות שמים און שלוש עשרה מידות אינעם געהויבענעם עת רצון.


באלד דערויף איז מען אינאיינעם ארויסגעפארן צום שטאט צפת, ווען אין געציילטע שעה'ן דערויף האט זיך אנגעפאנגען דער ריזיגער מעמד תפילת רבים אויפ'ן ציון הקדוש, מיט די באטייליגונג פון טויזנטער אידן. דער הייליגער מעמד איז געפראוועט געווארן מיט גרויס התעוררות דקדושה, וואו ס'איז געזינגען געווארן ווארימע ניגוני התעוררות און קבלת עול מלכות שמים איז פארגעזאגט געווארן מיט א ברען, און דער משפיע שליט"א האט משמיע געווען פייערדיגע דיבורים, דברי מוסר והתעוררות, ארויסברענגענדיג די הייליגע מאמענטן, שטייענדיג באתריה דמר, סמוך ונראה צום ציון קודש הקדשים.

















































Comments


bottom of page