top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' מוויזניץ וועט וויילן קומענדיגע תקופה אין שטאט נתניה בשעת באהאנדלונגען לרפואתו השלימה

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 5 בנוב׳ 2024
  • זמן קריאה 1 דקות

דינסטאג לך לך • ד' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילד קרעדיט: שוקי לרר


היינט נאכמיטאג איז מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ארויסגעפארן צום שטאט נתניה וואו דער רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע חדשים בעת די מעדיצינישע באהאנדלונגען לרפאותו השלימה. נאך מערערע באראטונגען דורך די עסקנים און דאקטוירים אפיר צו זוכן א רואיגן ארט וואו דער רבי זאל קענען זיך אויפהאלטן די קומענדיגע חדשים איז אויסגעקליבן געווארן דער שטאט נתניה וואו עס איז - אינעם היימישן קרית צאנז - איינגערישט געווארן א באקוועמע אכסניא מיט אלע נויטיגע איינריכטונגען פארן רבי'נס פריוואטע וואוינונג, במשך די קומענדיגע תקופה. דער שטאט נתניה וואס געפינט זיך ביים ים איז געבענטשט מיט ריינע לופט און באזונדער געפינט זיך דעם רבינס אכסניא א שפאן אוועק פונעם לניאדא שפיטאל על כל צרה שלא תבוא.


אין די חדשים וואס דער רבי שליט"א וועט וויילן אין נתניה וועט נישט זיין קיין זמני כניסה, און הזכרות וועלן איבערגעגעבן ווערן בלויז דורכן טעלעפאן, צו די תפילות בימות השבוע וועלן משלים זיין מנין א גראפע בחורים פונעם ישיבה גבוהה אין קרית צאנז.

תגובות


bottom of page