מעמד היסוד פאר נייעם "קרן הצלת התורה" אפגעהאלטן במעונו פון האד' מבעלזא אלס רוקן ביין פאר ישיבות און כוללים
- בחצרות הקודש
- לפני 14 שעות
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: לפני 9 שעות
דאנערשטאג פ' במדבר • ב' סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק
א וויכטיגע אסיפת קודש איז אפגעהאלטן געווארן במעון הקודש פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א אוועקצושטעלן דעם "קרן הצלת התורה" פאר די טויזנטער לומדי התורה והיכלי הקודש דחסידי בעלזא, אין ליכט פון די שווערע גזירת הגיוס ווען עס דארף דרינגענד געשאפן ווערן ריזיגע געלטער למען קיום התורה.
ביים אסיפה אין שפיץ פונעם בעלזער רב שליט"א האבן זיך משתתף געווען הרבנים הגאונים הצדיקים חברי בית דין צדק מחזיקי הדת, און אלע ראשי ישיבות וכוללים דחסידי בעלזא וואס האבן זיך פארזאמלט תחת קורת גג אחד בחדרי המלך פנימה דן צו זיין איבער'ן קריטישן צו השעה צו ראטעווען דעם עולם התורה דחסידי בעלזא פון צוזאמענבראך, און דער פליכט צו גרינדען דעם קרן הצלת התורה וואס איז אין די יעצטיגע שעת הגזירה די איינציגסטע רוקן ביין און אונטערלאגע פאר'ן עקזיסטענץ פון די מוסדות התורה.
אנהייב פונעם אסיפה האט אויפגעטרעטן הגאון רבי פנחס פרידמאן ראש ישיבת מבקשי השם וראש הכוללים ד'בעלזא וואס האט ארויסגעברענגט די מטרה פונעם אסיפה פאררופן בהורמנא דמלכא פונעם רב שליט"א אוועקצושטעלן דעם קרן צו ראטעווען די ישיבות און כוללים פון די שווערע פיאנציעלע מצב, און האט דערביי גערופן אויף יעדער בעלזער חסיד באשר הוא שם בלי יוצא מן הכלל צו ביישטייערן די מינימאלע סכום פון 250 דאללער א יאהר, וכל המוסיף מוסיפים לו, און זיך געוואנדן צו די עסקנים משפיע צו זיין אויף די נדיבי עם תומכי תורה וואס האבן די יכולת צו נעמען א חלק אין די מלחמת קודש למען קיום התורה.
דערביי האט דער רב שליט"א בייגעשטייערט א סכום נכבד אלס יסוד פארן מגבית, און אנגעוואונטשן ברכות קדשו אז סיי די לומדי און די מחזיקי התורה זאל זיך קענען שטארקן און יעדער זאל געהאלפן ווערן מיט אלע ישועות און רפואות בזכות התורה.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער נואם הכבוד הגאון הגדול רבי דוד כהן ראש ישיבת חברון וואס האט אנגעווארמט די הערצער איבער דעם מסירות נפש וואס עס פאדערט זיך פאר דעם וויכטיגן צוועק, צו ראטעווען די עולם התורה אין דעם מצב סכנה, ואין לנו שיור רק התורה הזאת. ביים ענדע פונעם אסיפה האט הגאון רבי פנחס פריעדמאן באדאנקט פארן קרן עולם התורה וואו די חברון'ער ראש ישיבה איז פון די עומדים בראשה, וואס די גדולי ישראל זענען מטכס רגלם פאר דעם וויכטיגן צוועק, און האבן אונטערגענומען צו דעקן א חלק נכבד פון צוואנציג פראצענט פונעם קרן הצלת התורה דחסידי בעלזא.











