פייערליכע שמחת הפארשפיל לקראת די חתונה הגדולה בחצר הקודש וויזניץ פארגעקומען אין נתניה
- בחצרות הקודש

- 2 בפבר׳
- זמן קריאה 1 דקות
זונטאג פ' בשלח • ד' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

במוצאי יום גילה האט מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א נעכטן אפגעראכטן די שמחת הפארשפיל לרגל השמחה במעון קדשו, די חתונה פון נכדתו הכלה, בת בנו הגה"צ רבי יעקב מרדכי האגער אבד"ק וויזניץ אלעד, זייענדיג א פרייליכע התחלה צו די קייט פון ימי השמחה די וואך.
די שמחה איז פארגעקומען אין א זאל אין קרית צאנז נתני' וואו דער רבי וויילט די טעג אויף מנוחת הנפש, מען האט זיך געוואשן צום סעודת מלווה מלכה באגלייט מיט כלי זמר בקול צהלה ורינה, ווען דער רבי שליט"א איז מעודד די ניגונים בכל כוחו.
בשעת די שמחה איז געהערט געווארן פאסיגע חרוזין דורך הרה"ח ר' ישראל שעכטער הי"ו וואו ער האט ארויסגעברעגנט די געוואלדיגע געגועים פון די גאנצע עדה הקדושה חסידי וויזניץ די בכל אתר ואתר צו ווידער זעהן דעם רבי'ן שליט"א פריש און געזונט כבימי קדם, ביי די לעכטיגע תפילות און טישן ביד רמה, אין קרית מלך רב - קרית וויזניץ.
דער רבי האט זיך באדאנקט און דאן משמיע געוועהן דברות קודש וואו דער רבי האט דערמאנט די ימי הילולא, פון הרה"ק רבי משה לייב מסאסוב זי"ע און די בעפארשטייענדע יארצייט פון הרה"ק רבי דוד מלעלוב זי"ע די וואך, און דערביי געהייסן זינגען די באקאנטער לעלובער ניגון, בעת דער רבי איז מעודד די ריקודין בעוז ותעצומות. פארן בענטשן איז דער רבי געטאנצן מיט בניו הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א און דער גאנצער ציבור דורך לברך ולהתברך.
מארגן מאנטאג וועט דער רבי שליט"א אהיימקומען פונעם מקום הנופש אין נתני', לקראת די גרויסארטיגע חתונה און די נאכפאלגענדע שבת שבע ברכות אין קרית וויזניץ.

























תגובות