top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

איש חסד המתחסד עם קונו: טרויער נאך פטירה פון העסקן הר"ר שמעון בראון ע"ה משב"ק הרה"ק מתולדות אהרן זי"ע

מאנטאג פ' תולדות • כ"ד חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

חסידי תולדות אהרן זענען היינט צופרי ערוועקט געווארן אין שאק הערנדיג די בשורה קשה ומרה איבער די פטירה פונעם איש החסד בה' הידוע, העסקן הנמרץ הרה"ח ר' שמעון בראון ע"ה מנהל ומייסד ארגון ביקור חולים 'יד אברהם' און משב"ק ויד ימינו פון כ"ק האדמו"ר הרה"ק בעל 'דברי אמונה' מתולדות אהרן זיע"א וועלכע איז די נאכט נפטר געווארן אין עלטער פון בלויז 65 יאהר, נאכן זיך ראנגלען מיט די ביטערע מחלה ל"ע די לעצטע יאהר צייט.


אין זיינע יונגע יאהרן האט דער תולדות אהרן רבי זצוק"ל געלייגט אן אויג אויף דעם יונגן ר' שמעון, און האט איהם פארבעטן אלס משמש בקודש איהם צו באדינען לפני ולפנים, ונפשו קשורה בנפשו, זינט יענעם טאג האט זיך ר' שמעון ע"ה נישט אוועקגערירט און משמש געווען דעם רבי'ן ז"ל מיט נאמנות ביזן לעצטן טאג. מיט א זעלטענעם איבערגעגעבנקייט האט ער געזארגט פארן רבינס געזונט ער זאל קענען ווייטער דינען דעם אויבערשטן מיט הרחבת הדעת און מנחות הנפש.


ביי חסידי תולדות אהרן ליגט נאך גוט אין זיכרון די תקופה ווען דער רבי זצ"ל האט געליטן דעם סטראוק ל"ע, וואו ר' שמעון איז דאן געשטאנען על המשמר און ממש מפקיר געוועהן זיין אייגענעם שטוב, וויילנדיג אין שפיטאל גאנצע צוויי יאהר לילות כימים לא ישבות, מיט אן אויסטערלישע געטריישאפט. נאכן הסתלקות פונעם רבי'ן זצ"ל איז ער געווען פון די גאר נאנטע און געטרייע שטוב מענטשן ביי יבלחט"א כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, און ארויסגעהאלפן מיט וואס מעגליך.


ר' שמעון איז געוועהן אדוק ומקושר צו זיינע גרויסע רבי'ס דורכאויס די אלע יארן, איש חסד המתחסד עם קונו, א איד וואס האט געלעבט א טובה צו טאן פאר אנדערע. ברבות השנים האט ער געגרינדעט דעם היינט - וועלט בארימטער ארגון החסד 'ביקור חולים - יד אברהם' לשמו ולזכרו פון זיין רבי'ן הרה"ק בעל 'דברי אמונה' מתולדות אהרן זצ"ל, וואו ער האט מיט זיינע גוטע פארבינדונגען אין די שפיטעלער ארויסגעהאלפן אומצאליגע חולי ישראל בעצה ובמעש.


אין לויף פון די לעצטע צענליגער יאהרן האט ר' שמעון ז"ל אויפגעטוהן גדולות ונצורות אין דעם געביט, און פילע גדולי ישראל האבן זיך אויף איהם סומך געוועהן אין אלע עניני רפואה, זייענדיג אן אויסגערופונע מבין און דערצו אן עסקן נמרץ וואס האט געהאט אן אפאנעם טיר ביי הויעך ראנגיגע פראפעסארן און דאקטוירים. אויך די לעצטע יאהר ווען ער האט זיך ליידער אליין געמוטשעט מיט די ביטערע מחלה ל"ע האט ער ווייטער ממשיך געוועהן זיין עבודת הקודש און ארויסגעהאלפן אידישע קינדער אין זייער מצב.


ער לאזט איבער נאך זיך א דור ישרים מבורך, חשובע קינדער וועלכע זענען ממשיך זיינע מעשי חסד. די לוי' גייט ארויס היינט 1:00 מיטאג פון ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן אין די מאה שערים געגענט אין ירושלים, צום הר הזיתים וואו ער וועט קומען לקבורה.


ת.נ.צ.ב.ה.















Comments


bottom of page