top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

טויזנטער בני תורה ביי עצרת הסברה קעגן די וועלט ציוניסטישע ארגאניזאציע קאמפיין אין ישיבה ביהמ"ד גבוה

דאנערשטאג פ' ויקהל • כ' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש


טויזנטער בני תורה האבן זיך נעכטן פארזאמלט ביים עצרת חירום אין די מבצרי הישיבה ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד, אנקעגן דעם טריפה'נעם WZO ארגאניזאציע - וואס שטייט פאר "וועלט ציוניסטישע ארגאניזאציע" וועלכע האבן אין די טעג געלאזט אין גאנג אן אלוועלטליכע קאמפיין איינצושרייבן ווי מער אידן אינעם ציוניסטישן קאנגרעס, זיי בעטן מ'זאל ווערן א מעמבער, צאלן מעמבערשיפ אינעם 'הסתדרות הציונות', און דורכדעם באקומט מען דעם כח צו אריינוועלן דעלעגאטן פאר די אנפירערשאפט פונעם קאנגרעס.


ביי די עצרת מחאה האבן זיך באטייליגט טויזנטער אינגעלייט און בחורים תלמידי הישיבה, אין שפיץ פון די גדולי ראשי הישיבות אין אמעריקא, הגאון רבי מלכיאל קאטלער ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה, הגאון רבי אלי' בער וואכטפויגל ראש ישיבת זכרון משה סט. פאולסבורג, הגאון רבי אהרן פעלדמאן ראש ישיבת נר ישראל באלטימאר און נאך פילע רבנים פון שטאט לעיקוואד, צווישן זיי הגה"צ רבי מרדכי בצלאל קליין דומ"ץ סאטמאר לעיקוואד.


דברים חוצבים איז געהערט געווארן פון הגאון רבי מכליאל קאטלער ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה, הגאון רבי אהרן פעלדמאן ראש ישיבת נר ישראל באלטימאר און הגאון ר' ישראל ניומאן מראשי ישיבת ביהמ"ד גבוה וועלכע האבן פה אחד ארויסגעברענגט די חומר הענין, אז חרדי'שע אידן זאלן זיך באטייליגן אינעם ציונסטישן קאנגרעס וואס באשטייט פון כופרים ופושעי ישראלים.



Comments


bottom of page