top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הילולא קדישא פון הגה"ק בעל שומר אמונים זי"ע אפגעצייכענט בצל נכדו כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א

מאנטאג פ' מצורע • ז' ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש


דעם פאריגן זונטאג ו' ניסן האט דאס יהדות החרדית אין ארץ ישראל בפרט און איבער דער גארער וועלט בכלל אפגעצייכנט די יומא דהילולא רבה פון כ"ק אדמו"ר הגה"ק בעל שומר אמונים זי"ע, וועלכער האט באלויכטן די וועלט מיט זיין תורה וקדושה, און עבודת התפילה. כנהוג ביי אידן אין אלע דורות האט מען אין דעם טאג מעלה געווען זכרו הטהור פון דעם גאון וצדיק, און זיך מחזק געווען ווייטער צוגיין אין זיינע וועגן, וועלכע ער האט אויסגעפלאסטערט און אויסגעשטעלט דעם צאי לך בעקבי הצאן צו פארזעצן מיטן אלטן וועג על משכנות הרועים.


לרגל די יארצייט האט נכדו ומ"ד כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א געפראוועט דעם שולחן הטהור און סעודת ההילולא, אינאיינעם מיט'ן מעמד "סיום הש"ס" וואס איז געלערנט געווארן אין לויף פונעם יאר דורך די הונדערטער תלמידים, אין ביהמ"ד הגדול "תולדות אהרן" אין מאה שערים געגענט אין ירושלים עיה"ק.


דער שולחן הטהור איז געפראוועט געווארן זונטאג פארנאכט מיט גרויס התעוררות כנהוג. זונטאג אינדערפרי, אינעם טאג פון די יארצייט, איז דער רבי שליט"א צוגעטרעטן צו תפילת שחרית פאר'ן עמוד, וואו הונדערטער חסידים ואנשי מעשה האבן מיטגעדאוונט מיט די ווארימע תפילות, וואס איז געדאוונט געווארן אויפ'ן נוסח און ברען פונעם בעל ההילולא זצ"ל. אזוי ווי די עיקר עבודה פונעם בעל ההילולא זצ"ל איז געווען דער "עבודת התפילה", האבן איצט ביים דאווענען מיטגעהאלטן הונדערטער חסידים ואנשי מעשה, יונג און אלט, וואו ס'איז געדאוונט געווארן א תפילה מיט גרויס התעוררות און מיט קולות כנהוג.


נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געפראוועט א לחיים טיש, לרגל די יארצייט און האט פארגעלערנט משניות. דערנאך איז דער רבי שליט"א ארויס געפארן צום הר הזיתים, אין שפיץ פון די הונדערטער חסידים, צו מתפלל זיין לדבר ישועה ורחמים בזכותו של אותו צדיק אהרן קדוש ה'. אויפ'ן ציון הק' האט מען געזינגען דעם הייליגן ניגון "יחידתי" וואס דער בעל ההילולא זצ"ל האט מחבר געווען, און דערנאך האט דער רבי שליט"א געליינט די קוויטלעך פונעם גרויסן ציבור, להפקד בדבר ישועה ורחמים.


פארנאכטס האט דער רבי שליט"א געפראוועט די סעודת ההילולא קדישא, וואס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן, מיט די באטייליגונג פון הונדערטער חסידים ותלמידים אינאיינעם מיט רבנים וראשי ישיבה שליט"א. באלד דערנאך וואס דער רבי שליט"א איז ערשינען צום סעודת ההילולא האט מען אנגעפאנגען צו זינגען די ניגוני התעוררות, און בפרט די הייליגע ניגונים וואס זענען פארפאסט געווארן דורכ'ן בעל ההילולא זי"ע, וואס זענען געזינגען געווארן מיט השתפכות הנפש, ווען די זקני החסידים האבן זיך דערמאנט בהילו נירו על ראשינו, פראווענענדיג זיין הייליגע עבודה אין ירושלים עיה"ק.


א שטילקייט האט געהערשט ווען דער רבי שליט"א האט אנגעפאנגען זיינע דברות קודש, וואו ער האט איבער א שעה צייט ארומגערעדט מ'ברי תורתו פונעם בעל ההילולא. דאן האט דער רבי שליט"א מרחיב געווען את הדיבור קרוב צו א שעה צייט מיט סיפורים איבער דעם מסירות נפש פון זיין הייליגן זיידן דער בעל ההילולא זצ"ל, שוין פון אלס יונגער בחור'ל, וואס דאס האט ער אריינגעלייגט אין זיינע תלמידים כל ימי חייו עלי אדמות, צו פירן א מלחמה לה' מיט יעדע פירצה און בפרט ווען מ'וויל חלילה אויסמישן קודש בחול. צום לעצט האָט דער רבי שליט"א געהייסן זינגען דעם ניגון "קה זכות אבות" און "בגלל אבות תושיע בנים".















Comments


bottom of page