top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ארי עולה לבבל: ניו יארק קוקט ארויס אויף היסטארישן באזוך פון האד' מתולדות אברהם יצחק לטובת השלמת ביהמ"ד הגדול

דאנערשטאג פ' פנחס • י"ט תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

תלמידי וחסידי "תולדות אברהם יצחק" די בכל אתר ואתר, און ספעציעל אין ניו יארק רבתי, זענען איבער גענומען מיט האפענונג און ערווארטונג מיט די גאר דערפרייענדע נייעס וואס קומט יעצט אן פון ארץ ישראל אז אין א לעצט-מינוטיגער טויש אינעם פלאן וועט דער רועה נאמן לעדתו, עמוד העבודה והשבת, כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א - לויטן יעצטיגן פלאן אליינס אנקומען אויף א היסטארישע באזוך אין אמעריקא וואו די רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן געציילטע וואכן מיטן ציל צו אויפטרייבן און שאפן סכומים אדירים צו קענען פארענדיגן דעם בית הגדול והקודש, דער נייער "בית מדרשו של רבי", וואס שטייט אין די לעצטע פאזע'ן פון די בוי ארבעט.


לויטן ארגינעלער פלאן האבן דעם רבינס אלע קינדער געזאלט ארויספארן קיין אמעריקא די קומענדיגע וואך בשליחות הקודש פונעם רבי'ן שליט"א ווי שוין ברייט באריכטעט, היינט האט אבער די רבי שליט"א אויסגעדריקט, אז עס איז אים ממש נוגע ללבו ונפשו הטהורה און דעריבער וויל ער פערזענדליך אונטערנעמען די דאזיגע נסיעה בטילטולא דאורחא טראץ זיינע שוואכע כוחות.

ווי די פלענער ווייזען, וועט די רבי שליט"א וויילן אין ניו יארק קרוב צו פיר וואכן, אנגעהויבן פון קומענדיגן זונטאג פ' דברים ביז שבת מברכים חודש אלול. דער רבי קומט צו פארן אין באגלייטונג פון א דאקטער, זיכער צו מאכן אז די גאנצע נסיעה זאל אדורכגיין כשורה, מתוך בריאות השלימות אן קיין פראבלעמען, אינאיינעם מיטן רבי'ן קומען צו פארן א חבריא קדישא, א סוויטע פון קינדער, מקורבים און דער וועד קרן הבנין פונעם נייעם ביהמ"ד.


און צווישן עסקני קהלת הקודש 'תולדות אברהם יצחק' קומען יעצט פאר פיבערהאפטיגע באראטונגען און בעפארברייטונגען פאר אן היסטאריש'ן ׳כינוס כללי׳ וואס וועט - ווי ערווענט - צום ערשטן מאל צונויף ברענגען פילע הונדערטער חסידי וידידי תולדות אברהם יצחק צו א מעמד אדיר ומפואר אינאיינעם מיט די קלענערע און גרעסערע מסיבות און אסיפות קודש מיט דער באטייליגונג פון נדיבי עם קודש פאר דער הייליגער מטרה, למען השלמת הבנין.


אין די קומענדיגע טעג נאכדעם וואס מען וועט ענדגילטיג באשטעטיגן די פלענער וועלן בעז"ה געמאלדן ווערן פרטי המעמד און מער דעטאלן איבער דעם בעפארשטייענדן געהויבענעם 'ביקור הקודש׳. פאלגט נאך די ווייטערדיגע מודעות און מעלדונגען.

Comments


bottom of page