top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

בקשו רחמים: האד' מויז'ניץ נאך אנגעוויזן אויף רחמי שמים

מוצש"ק פ' משפטים ה'תשפ"ג


קול בחצרות - השתדלו והרבו תחינה ובקשה, כלל ישראל ווערט גערופן ווייטער מתפלל זיין אין מעורר זיין רחמי שמים לרפאותו השלימה והמהירה פון מרן האד' מוויז'ניץ שליט''א מרן ישראל בן לאה אסתר, וועלכע איז נויטיגט זיך נאך אין א ישועה נאכן קאמפלעצירטער אפכעאציע וואס די רבי איז דורך דער וואך, אין האט אלס רעזולטאט שטארק אפגעשוואכט, דאקטורים זאגן אז דער רבי איז נאכנישט ארויס מכלל סכנה אין איז אנגעווינזן אויף אסאך תפילות ישראל ער זאל גענצליך צוריק קומען צו די כוחות לאיתנו הראשון, דעם ערב שבת האט די רבי שליט''א אנגעטוהן דער שטריימל פאר נכדו החתן בן לבנו הרה''צ רבי יצחק ישעי' הגר אב''ד וויז'ניץ אשדוד, דער שבת עלייה לתורה איז געפראוועט געווארן אינעם ביהמ''ד הגדול אין קרית וויז'ניץ בני ברק אין שפיץ פונעם רבינס קינדער אין איידימער, הגה''צ אב''ד קרית וויז'ניץ שליט''א האט אפגעראכטן די תפילות די באטע פרייטיג צונאכטס אין שלש סעודות ברוב עם הדרת מלך לכבוד די שמחה בחצר הקודש אין מכבד געוועהן די ברידער'ס אין שוואגער'ס הרבנים הגאונים הצדיקים שליט''א מיט די זמירות אין כיבודים, מוסף אין שקלים האט געדאווענט דער ראש ישיבה הגה''צ רבי מנחם ארנסטר שליט''א.



Comments


bottom of page