top of page


באשיידענע מעמד קבלת פנים פאר אסירי ציון אין לשכת הבד"ץ העדה החרדית אין ירושלים עיה"ק
מיטוואך פ' ראה • כ''ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש א שיינעם מעמד "קבלת פנים" איז פארלאפענעם וואך אפגעהאלטן געווארן אינעם לשכת הבית דין צדק פון העדה החרדית אין די בניני זופניק בעיר הקודש ירושלים לכבודם פון א צאל חשובע אסירי ציון מבני ישוב הישן, וועלכע זענען געזעצן איינגעשפארט פאר לאנגע וואכן אינעם פינסטערן מיליטערישן טורמע צוליב זייער עקשנות דקדושה אנטקעגן די גזירת הגיוס. די חשובע אברכים מקדשי השם זענען ארויפגעקומען צום לשכת הבד"ץ כדי צו ערהאלטן די ברכת הקודש פון די שרי התורה חברי


נאמען "רפאל" צוגעגעבן פאר כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א אלס סגולה לרפואה
מיטוואך פ' ראה • כ''ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש אין ליכט פון די שווערע געזונט צושטאנד פון כ"ק אדמו"ר מהארדענקא שליט"א פון מאנשטעסטער, מעמודי החסד בדורנו הזקוק לרחמי שמים מורבים, איז נעכטן באשלאסן געווארן מוסיף צו זיין דעם נאמען "רפאל" פארן רבי'ן, אלס סגולה לרפואה ואריכות ימים מיטן אויבערשטנס הילף. ווי באקאנט איז דער רבי שליט"א שפיטאליזירט א לענגערע תקופה מיט פארשידענע געזונטהייט קאמפליקאציעס, צוערשט אין ציריך שווייץ און איצט אין קליוולאנד וואו דער רבי שליט"א געפונט זיך איינע פו


אלפי חסידים מיטגעהאלטן שמחת החתונה אין הויפן פון סקווירא און ראחמיסטריווקא
מיטוואך פ' ראה • כ''ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN ברגשי גיל וחדוה האבן טויזנטער חסידי סקווירא זוכה געווען מיטצולעבן די גרויסע חתונה בחצר הקודש, די שמחת החתונה פון אן אור-אייניקל פונעם ראש בית אב כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, ערשטע אייניקל ביי חתנא דבי נשיאה כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א, דער חתן א זון פון זיין זון הרה"ג רבי פנחס אהרן גאלדמאן שליט"א, איידעם פון הגה"צ רבי משה זאב מייזליש שליט"א אב"ד אוהעל מאנסי, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ רבי מנחם נחום טווערסקי שלי


גדולי ישראל געשריבן אותיות אין אייגנארטיגע ספר תורה געשאנקן פאר אידישע ביליאנער אלבערטא ספרא
מיטוואך פ' ראה • כ''ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש פארגאנגענע וואך איז פארגעקומען א סעריע מעמדים צום בר מצווה פון א זון פונעם בראזיליאנער ביליאנער און תומך ומוקיר תורה אלבערטא סאפרא מגדולי תומכי תורה בדורנו. די רייכע מעמדים האבן צוזאמברענגט גדולי ישראל, עסקנים און מנהלי המוסדות וועלכע געניסן פון זיינע ברייטהארציגע שטענדיגע שטיצע. צווישן די געשאנקן צום בר מצווה איז געווען א גאר מהודר׳דיגע ספר תורה וואס הגאון רבי שלום בער סורוצקין שליט''א ראש ישיבת עטרת שלמה האט געלאזט שרייבן לכבודו


ווידיאו • שמחת הוואך נאכט לבן הנולד ביי האד' מסאדיגורא
מיטוואך פ' ראה • כ''ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש


מתאחדת בתורתך: ירושלימ'ע שטאטראט באשטעטיגט מאסיווע פראיעקט צו פאראייניגן בנינים נעץ פון "ישיבת מיר"
דינסטאג פ' ראה • כ''א אב תשפ"ו | בחצרות הקודש אין א היסטארישע אנטוויקלונג אינערהאלב די וועלטס-גרעסטע תורה-אימפעריע, די מירער ישיבה בירושלים עיה"ק, איז נארוואס באשטעטיגט געווארן דורך די ירושלימ'ע שטאטראט, די פלענער צו פאראייניגן אלע בניני הישיבה אין שכונת בית ישראל, אלס איין באהאפטענער ריזן גיגאנטישער געביידע-קאמפלעקס, והיה המשכן אחד. די צענטראלע מרכז התורה פון ישיבה מיר אין די בית ישראל געגנט איז ביז היינט געווען צעטיילט אין עטליכע געביידעס, וואס נעמט אריין סיי די אלטע אריגינ
bottom of page
