מתאחדת בתורתך: ירושלימ'ע שטאטראט באשטעטיגט מאסיווע פראיעקט צו פאראייניגן בנינים נעץ פון "ישיבת מיר"
- לפני 2 דקות
- זמן קריאה 1 דקות
דינסטאג פ' ראה • כ''א אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

אין א היסטארישע אנטוויקלונג אינערהאלב די וועלטס-גרעסטע תורה-אימפעריע, די מירער ישיבה בירושלים עיה"ק, איז נארוואס באשטעטיגט געווארן דורך די ירושלימ'ע שטאטראט, די פלענער צו פאראייניגן אלע בניני הישיבה אין שכונת בית ישראל, אלס איין באהאפטענער ריזן גיגאנטישער געביידע-קאמפלעקס, והיה המשכן אחד.
די צענטראלע מרכז התורה פון ישיבה מיר אין די בית ישראל געגנט איז ביז היינט געווען צעטיילט אין עטליכע געביידעס, וואס נעמט אריין סיי די אלטע אריגינעלע בנינים און סיי די נייערע בנינים וואס איז צוגעקומען במשך די יארן מיט די כסדר'דיגע בלי און וואוקס.
שוין עטליכע יאר וואס די ישיבה האט אויפגענומען מייסטער ארכיטעקטער און בוי-פלאנירער אהערצושטעלן א פולשטענדיגע טראנספארמאציע וואס זאל פארוואנדלען אלע בנינים אלס איין ריזן בנין, באהאפטן איינס צום אנדערן, א שריט וואס וועט ערמעגליכן דעם ווייטערדיגן בלי און וואוקס און קענען מרחיב זיין די גבולי הקדושה מיט'ן בויען פרישע היכלי התורה און מרבה זיין די גבולים בתלמידים.
די אונטערנעמונג האט אריינגענומען גאר קאמפליצירטע און פארצווייגטע דעטאלן צו קענען דאס אויספירן אויפ'ן לעגאלן און טעכנישן פארנעם, און אצינד האט די שטאטראט ארויסגעגעבן די ענדגילטיגע פערמיטן וואס שענקט א גרינע ליכט צו קענען אנהייבן מיט די פאקטישע בוי-ארבעט.
תיכף נאכ'ן ערהאלטן די פערמיטן האט הגאון הגדול ר' אליעזר יהודה פינקל שליט"א ראש ישיבת מיר, זיך פארבינדן מיט'ן סגן ראש העיר ירושלים ר' חיים כהן, וואו ער האט אים באדאנקט פאר'ן צושטיין און ערמעגליכן אויסצופירן דעם פראיעקט מכח אל הפועל.

