אלפי חסידים מיטגעהאלטן שמחת החתונה אין הויפן פון סקווירא און ראחמיסטריווקא
- לפני 19 דקות
- זמן קריאה 4 דקות
מיטוואך פ' ראה • כ''ב אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
ברגשי גיל וחדוה האבן טויזנטער חסידי סקווירא זוכה געווען מיטצולעבן די גרויסע חתונה בחצר הקודש, די שמחת החתונה פון אן אור-אייניקל פונעם ראש בית אב כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, ערשטע אייניקל ביי חתנא דבי נשיאה כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א, דער חתן א זון פון זיין זון הרה"ג רבי פנחס אהרן גאלדמאן שליט"א, איידעם פון הגה"צ רבי משה זאב מייזליש שליט"א אב"ד אוהעל מאנסי, מיט די כלה א טאכטער פון הרה"צ רבי מנחם נחום טווערסקי שליט"א פון בארא פארק, חתנא דבי נשיאה פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זצ"ל, וואס איז אפגעראכטן געווארן בקול צהלה ורינה אינעם היכל ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא, וואו עס האבן זיך אויך אנגעזען א שיינער ציבור חסידים ואנשי מעשה ידידי בית זוועהיל וואס זענען געקומען זיך מיטצופרייען בשמחתו הגדולה פונעם זוועהילער רבי'ן שליט"א ביי די חתונה פון די ערשטע אייניקל, און אויך פילע ראחמיסטריווקא חסידים, וועלכע האבן מיטגעהאלטן די שמחה לכבודו פונעם געהויבענעם מחותן הרה"צ רבי מנחם נחום שליט''א חתנו חביבו פונעם ראחמיסטריווקא רבי'ן זצ"ל ביי די חתונה פון זיין יונגסטן קינד למזל טוב.
ארום 6:00 נאכמיטאג איז דער גרויסער עלטער-זיידע כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א ערשינען צום מעמד קבלת פנים אינאיינעם מיט די שושבינין און די מחותנים, וואו מ'האט געזונגען ניגוני התעוררות א לענגערע צייט. מיט קריאת התנאים איז נתכבד געווארן דער פעטער מצד הכלה הרה"צ רבי מרדכי אהרן טווערסקי שליט"א, חדב"נ הרה"ק מראחמסטריווקא זי"ע. נאכ'ן אנטון דעם קיטל פאר'ן חתן איז מען אריבער צום באדעקן אינעם אלטן ביהמ"ד, און דערנאך איז מען ארויס צום מעמד החופה וואס איז פארגעקומען ביים גרויסן פארקינג לאט פארנט פונעם ביהמ"ד.
מיט סידור קידושין איז נתכבד געווארן דער עלטער-זיידע דער סקווערער רבי שליט"א. עדי קידושין זענען געווען הגה"צ רבי יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא און הגה"צ רבי יוסף ישראל אייזנבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא. קריאת הכתובה דער פעטער הרה"צ רבי יענקעלע טווערסקי שליט"א מראחמיסטריווקא. ברכות ראשונות דער פעטער כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, און ברכה אחריתא דער זיידע הגה"צ אבד"ק אוהעל מאנסי שליט"א. נאכ'ן חופה האט דער סקווירא רבי שליט"א געוואנטשן א לענגערע ברכת הקודש פאר'ן גאנצן ציבור און אנגעוואנטשן א כתיבה וחתימה טובה, שטייענדיג ביום חמשה עשר באב.
אום 9:00 אזייגער איז דער רבי שליט"א אריבערגעפארן צום זאל פון עטרת טשארנא וואו ס'איז פארגעקומען די חתונה פאר די פרויען, און געוואונטשן מזל טוב פאר חתן כלה אין יחוד שטיבל. שפעטער איז דער רבי ערשינען אינאיינעם מיטן חתן אין ביהמ"ד הגדול לקול תרועת הזמר פון די טויזנטער חסידים.
דערנאך האט מען געדאווענט מעריב ברוב עם, און דאן האט זיך דער רבי געוואשן צום סעודת החתונה. מען האט אויפגעגעבן די מאכלים און געזינגען ניגוני שבח והודאה, און דערנאך האט מען זיך ווידער ארויסגעלאזט אין דעם צווייטן טאנץ בהתרוממות עילאה. ביים ענדיגן די סעודה איז דער גאנצער ציבור דורך ביים רבי'ן און די מחותנים וואונטשן לחיים און מזל טוב פאר א לענגערע צייט, בעת די בחורי חמד טאנצן ווייטער אין צענטער פון ביהמ"ד.
דורכאויס די שמחה האבן זיך אנגעזען פילע אדמורי"ם ורבנים קרובי המשפחה. באזונדער האבן זיך אנגעזען די פעטערס כ"ק האדמורי"ם מראחמיסטריווקא פון בארא פארק, לעקוואד, מאנסי, וויליאמסבורג, און לינדען אוקענוויין, וועלכע האבן מיטגעהאלטן די שמחה ביים קבלת פנים און חופה, און דערנאך בלויז ביים צווייטן טייל חתונה ביז נאכן מצוה טאנץ, זייענדיג אין יאר.
אזוי אויך האבן זיך באטייליגט די פעטערס כ"ק האדמורי"ם מוויזניץ מאנסי, וויזניץ קייאמישע, בארניב, מאשלוי, גאב"ד סאטמאר ב"פ, אב"ד ראחמיסטריווקא מאנסי, אב"ד זלאטיפאלי מאנסי, אב"ד איהעל וויליאמסבורג, אב"ד קאלבסוב, און האדמורי"ם מסקווירא בארא פארק, אונגוואר, אלעסק, ספינקא מאנסי, זוטשקא מאנסי, באניא, קאלמייא, אב"ד אמונת ישראל, אב"ד סלאנים ב"פ, אב"ד אמונת ישראל מאנסי, הגה"צ רבי חיים מאיר ארנסטר שליט"א אב"ד וויזניץ מאנטשעסטער, אב"ד באר משה פרעמישלאן, אב"ד דעעש מאנסי, און נאך פילע רבנים חשובים.
נאך א קורצע הפסקה האט דער בדחן הר"ר אהרן בער ראטה הי"ו אויסגערופן דרשה-געשאנק דורך די זיידעס און מחותנים. מיט'ן בענטשן איז מכובד געווארן דער עלטער-פעטער פון די כלה הגה''צ גאב"ד סאטמאר בארא פארק שליט"א, ברכות ראשונות דער זיידע כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א, און ברכה אחריתא דער פעטער כ"ק אדמו"ר מבארניב שליט"א. נאכ'ן בענטשן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים אויפ'ן אויבן אן.
דערנאך איז פארגעקומען די געהויבענע מצוה-טענץ. בדחנא דמלכא הרב יחיאל מיכל אייזנבערג הי"ו האט אין זיינע דברי הקדמה באטאנט דעם גרויסן טאג חמשה עשר באב ווען אין גענוי דעם טאג מיט אכט און זעכציג יאר צוריק איז פארגעקומען די היסטארישע חתונה פונעם סקווערער רבי'ן שליט''א אין דער שטאט בני ברק. ער האט דאם אויפגערופן דעם זיידן הגה"צ אבד"ק אוהעל מאנסי שליט"א. דערנאך האט מען אויפגערופן דעם געהויבענעם זיידן כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א מיט גרויס התרגשות, שטייענדיג ביים חתונה פונעם ערשטן אייניקל. דערנאך האט מען אויפגערופן די פעטערס האדמורי"ם לבית ראחמיסטריווקא, און דאן איז יעדער פון די ראחמיסטריווקא רבי'ס געטאנצן באזונדער לפני הכלה, און באזונדער מיטן חתן.
דערנאך האט מען אויפגערופן דעם פעטער כ"ק אדמו"ר מבארניב שליט"א, און דעם עלטער-פעטער כ"ק אדמו"ר ממאשלוי שליט"א. גאר רירנד איז געווען ווען מען האט אויפגערופן דעם אבי הכלה הרה"צ רבי מנחם נחום שליט"א שטייענדיג ביים חתונה פון יונגסטן קינד, ווען מען האט דערמאנט די באבע הרבנית הצדיקת מראחמיסטריווקא ע"ה שטייענדיג נאך אין יאר, און מען האט ארויסגעברענגט איר קשר קיין סקווירא אלע יארן זייענדיג דער ברתא דמלכא פון הרה"ק מסקווירא זי"ע. נאכדעם האט מען אויפגערופן דעם מחותן הרה"ג רבי פנחס אהרן גאלדמאן שליט"א, וואו מען האט דערמאנט זיין מאמע הרבנית מזוועהיל ע"ה, טאכטער פונעם סקווירא רבי'ן שליט"א, וואס קומט ממעל צו די שמחה פון איר ערשטן אייניקל. בעת זיין ריקוד איז דער סקווירא רבי שליט"א אריין אינעם רינג אינאיינעם מיט די אור אייניקלעך קינדער פונעם מחותן.
אינעם הויכפונקט האט מען זוכה געווען מיטצולעבן די עבודת הקודש פון מצות הריקודין דורכ'ן גרויסן עלטער זיידן דער סקווערער רבי שליט"א. דער בדחן האט אויפגערופן דעם רבי'ן שליט"א מיט הארציגע חרוזים און מען האט דערביי געזונגען ניגוני התעוררות. דערנאך האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן פייערדיגע ריקודין קדישין לפני הכלה. דאן האט דער רבי געטאנצן א רינג מיטן חתן און די בני המשפחה, און זיך דערנאך אוועקגעזעצט און געקלאטש מיט גרויס התלבות. קרוב צו 3 אזייגער פארטאגס האט דער רבי שליט"א פארלאזט דעם ביהמ"ד הגדול נאכן אנוואונטשן דער חתן וכלה, און דער ציבור האט ממשיך געווען מיט די פרייליכע ריקודין נאך א משך זמן ברינה וצהלה.








