top of page


מעמד קבלת פנים בחצה"ק קהל חסידי ירושלים פאר העלדישע גיבורי חיל וועלכע האבן געשמאכטעט אין טורמע
דינסטאג פ' ראה • כ''א אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: JDN פארגאנגענע וואך איז אפגעהאלטן געווארן דער סעודת ההילולא בחצר הקודש קהל חסידי ירושלים, לכבוד די יארצייט פון הרה"ק רבי אשר השני מסטאלין זי"ע, אין צוזאמענהאנג מיטן מעמד קבלת פנים פאר א צאל חשובע אינגעלייט אסירי ציון, וועלכע זענען געזעסן אין תפיסה צוליב כבוד שמים. פאר'ן טיש איז געווען צוגעשטעלט א גרויסע סעודת הילולא פאר'ן גאנצן ציבור, וואו די חסידים האבן אינאיינעם פארברענגט לכבוד דעם גרויסן טאג. דערנאך איז דער רבי ש


ווידיאו • פייערדיגע ריקודים ביים טיש לכבוד חמשה עשר באב בצל האד' מתולדות יהודה אין ירושלים
דינסטאג פ' ראה • כ''א אב תשפ"ו | בחצרות הקודש


האד' מסקולען באזוכט ביי האד' מסאטמאר אין מחנה דברי יואל - סוואן לעיק
דינסטאג פ' ראה • כ''א אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: אייזיק ג,JDN פארגאנגענעם ליל שישי, איז כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א אנגעקומען אין מחנה דברי יואל אין סוואן לעיק, וואו דער רבי האט אפגעשטאט א ביקור נימוסין ביי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א. די רבי'ס האבן א לענגערע וויילע ארומגעשמועסט בנועם שיח, בדברי תורה, עניני חסידות, און סיפורי צדיקים, און דערנאך זיך געוואונטשן לחיים. נאכ'ן באזוך האט דער סאטמארער רבי שליט"א ארויסבאגלייט דעם גאסט ביותרת הכבוד.


התרגשות'דיגער מעמד "חומש סעודה" דורך 550 תלמידי כתה א' פון מוסדות קרית יואל
דינסטאג פ' ראה • כ''א אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בילדער קרעדיט: שאט די דאט א גאר התרגשות׳דיגער מעמד "חומש סעודה" איז די וואך זונטאג אפגעהאלטן געווארן אין קרית יואל, ווען די 550 תלמידי כתה א׳ פון אלע אפטיילונגען אין די מוסדות אין קרית יואל, זענען געווען פארזאמלט תחת קורת גג אחד צום פרייליכן מאמענט ווען מ׳האט בעזהשי״ת שוין פארענדיגט דעם לימוד הא״ב ועברי, און מ׳האט שוין אנגעהויבן צו לערנען די פסוקים פון חומש ויקרא — "ויבואו טהורים ויתעסקו בטהורים". די תלמידים האבן פארגעזינגען הערלי


האד' מקאשוי באזוכט ביי אחיו הגדול הגה"צ ר' שמואל מאיר בלום שליט"א לרגל די התמנות אלס גאב"ד קרית קאשוי
מאנטאג פ' ראה • כ' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש פארגאנגענע וואך מיטוואך איז כ"ק אדמו"ר מקאשוי שליט"א אנגעקומען אין קרית קאשוי אין בעדפארד היללס אויף א באזוך ביי אחיו הגדול הגה"צ ר' שמואל מאיר בלום שליט"א, גאב"ד קרית קאשוי, לרגל די התמנות אלס מרא דאתרא אינעם שטעטל, למלאות מקום אביו ואחיו, און צו פירן די עדה הקדושה, די צענדליגע משפחות תושבי העיר. ביים באזוך זענען אויך געווען אנוועזנד עטליכע פון די ראשי וטובי הקהל. דער רבי האט צוערשט געוואונטשן מזל טוב פאר'ן ברודער דער רב שליט"א, און


שיינער שידוך געשלאסן בחצרות סקווירא - וויזניץ - קאלוב; הכלה בתו הצעירה פון הרה"צ רבי אהרן מענדל טוורערסקי שליט"א
מאנטאג פ' ראה • כ' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש בחדוה עילאה האבן אלפי חסידי סקווירא זיך געוואונטשן מזל טוב לרגל די שמחה הרוממה אינעם רבינ'ס הויף, די שידוך שליסן פון א כלה תחי', אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, בתו הצעירה ביי בנו הגדול הרה"צ רבי אהרן מענדל טווערסקי שליט"א, מיט'ן חתן, עלטסטער אור-אייניקל פונעם רבינ'ס שוואגער, הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א, אייניקל ביי חתנו הגה"צ רבי ברוך שטערנבוך שליט"א, אב"ד וויזניץ בראכפעלד, א זון פון זיין זון הרה"ג רבי חיים מאיר שטערנבוך
bottom of page
